top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' מסאטמאר אין די מחנות הקיץ פון די מוסדות

דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


דעם מאנטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין קעמפ'ס וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי המוסדות אויף די ימי הקיץ, די באזוכן אין די קעמפ'ס האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידים אין תלמידות אין בפרט די דברות קודש אין דברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געוועהן.


צופרי האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, ווי די רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון וומ"ס און ב"פ, ביים אנקומען אינעם קעמפ האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מנהל המחנות, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון תלמידי המוסדות פון וויליאמסבורג ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי המוסדות פון בארא פארק, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך אויך מפלפל געווען מיט די בחורים. אויפן וועג האבן אפגעווארט די ילדי המחנה ווי זיי האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, און דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן די בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש אין די סוגיא וואס די בחורים לערנען אין מסכת קידושין, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה איבער חשקת התורה, און מעורר געווען נזהר צו זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, נישט צורירן צו קיין שום כלים, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די בתי מדרשים פון עטליכע סניפים און פאר קרוב צו א שעה ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים, דערנאך איז דער רבי ארויף צום חדר האוכל ווי עס איז צום ערשט פארגעקומען א ברית ביי איינע פון די חסידים ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט אלע קינדער ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש ודברי מוסר און מעורר געווען נזהר צו זיין בשמירת הפה סיי נישט צו רעדן קיין שקר און סיי נישט צו טשעפענען איינער דעם צווייטן, און דער רבי האט געבעטן די מלמדים זאלן לערנען מיט די קינדער די טייטש פון אהבה רבה מען זאל פארשטיין וואס מען בעט, און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.


בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כמנהג אביו הרה''ק בעל 'ברך משה' זי"ע. די רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ. דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג ווי דער רבי איז צוגעפארן צום בנין 'שערי שלוה' ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידי בית רחל, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנה, דער רבי איז ארויף אויפ'ן בימה און משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידות און מסיים געווען בברכת קדשו. ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די קעמפ אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

















Comments


bottom of page