top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע קידוש אין מסיבת הודאה געפראוועט בצל האד' מסאטמאר אין מחנה דברי יואל נאכן שווערע עקסידענט

זונטאג פ' ראה - י"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות


דעם שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, האט בנו חביבו הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים ר"מ בישיבה גדולה עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט בשם ומלכות נאך די גרויסע ניסים ונפלאות ווען ער איז געראטעוועט געווארן ממוות לחיים פונעם שווערן עקסידענט מיט עטליכע וואכן צוריק אינעם קעמפ.


נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א גרויסארטיגע קידושא רבה לכבוד המאורע מיט די השתתפות פון די הונדערטער בחורי הישיבה אין די הנהלה רוחני, די רבי איז אריינגעקומען און קידוש געמאכט און מכבד געווען בנו הרה"צ ר' ליפא קידוש צו מאכן, דאן האט ר' ליפא אויפגעטראטן מיט א הארציגע דרשה, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן אפגעגעבן א שבח והודאה פארן בורא כל עולמים, און זיך ווארעם באדאנקט פאר אלע ידידים און גוטע פריינד וועלכע האבן ארויסגעהאלפן בעת צר, און בפרט פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן מרבה געווען בתפילה לרפואתו, און באזונדער אויסגעדריקט רגשי הכרת הטוב פאר אביו הגדול די רבי שליט"א און די רעבעצין וועלעכע האבן זיך אוועק געגעבן יומם ולילה לא ישבותו לרפואתו השלימה.


דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה און די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט בנו חביבו הרה"צ ר' ליפא, און די גאנצע ציבור איז א דורך וואונטשן לחיים פאר קרוב צו גאנצע צוויי שעה.


אזוי אויך קומט היינט פאר א סעודת הודאה קאמבאנירט מיט א מסיבה של מצוה לטובת די כולל בוקר אין ביהמ"ד הגדול, בביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א אין מחנה דברי יואל.




Comments


bottom of page