מוצ"ש פ' ואתחנן - י"א אב תשפ"ג | קול בחצרות
אין קרית פאפא אין וועסטשעסטער ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אויפצונעמען די טויזענטער חסידים וואס זענען ערווארטעט ביי די 39'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה''ק בעל "ויחי יוסף" מפאפא זי"ע וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מאנטיג ואתחנן י"ג אב.
היי יאר האבן די עסקניםן אראפגעברעגנט א ספעציעלע קאמפאני צו איבערפלאסטערן די גאס ארויף צום ציון הק', צו פארגרינגערן די וועג פאר די הונדערטער אידן וואס גייען ארויף צום ציון הק' בעצם יומא דהילולא קדישא להיפקד בדבר ישועה ורחמים, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט קלענרע שאטעלס ארויף צופירן זקנים און אנשים מכובדים ביז צום ציון הק'.
כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט ווי אלע יארן, פראווענען דעם טאג אין קרית פאפא. דער רבי וועט דאווענען די תפילות פארן עמוד אין בית המדרש הגדול "עץ חיים" אינעם "בנין גראסס" אין קרית פאפא, און כחצות היום וועט דער רבי ארויפגיין צום ציון הק' בראש קהל חסידיו, אברכי הכוללים ובחורי הישיבות, דערנאך במשך היום וועט דער רבי שליט"א פראווען, בביתו נאוה קודש, דעם גרויסן ציבור בכל מילי דמיטב אין דעם גרויסן טאג.
לעת ערב וועט די רבי אריינקומען צום סעודת הילולא רבתי אין היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית פאפא. גלייכצייטיג וועלן דאן פארקומען די סיומי הש"ס ומשניות ואס איז געלערנט געווארען דורך תלמידיו וחסידיו פונעם בעל הילולא לעילוי נשמתו הטהורה. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער וועט ביי די געלעגנהייט משמיע זיין דברות קודש מעניני דיומא.
א זעלטענע מאורע נשגבה בתוף ומחול לכבוד התורה ולומדי' וועט פארקומען, ביים צווייטן חלק טיש בצאת היום, די סיום רבתי אויף מס' כתובות וואס איז געלערנט געווארן די פארגאנגענע יאר דורך ק"ק פאפא במסגרת מפעל הלימוד והחזרה "והגית" סדר ב' עמוד ליום, ווען גאר א גרויסע חלק פון די לומדים שטעלן זיך אויף בחינות בכתב מדי חודש בחודשו.
די מעמד, וועט באגלייט ווערן מיט ווארימע פרקי שירה וניגוני התעוררות, לכבוד היום ולכבוד התורה. ובצאת היום, וועט מען לרגל חגיגת שמחת התורה אנצינדן מוזיק בכלי שיר ומנגנים, און ממשיך זיין מיט'ן יומא טבא לרבנן בחדוה עילאה בשירה ורקידה.
ווי עס איז שוין איינגעפירט וועט פלאקאמירט ווערן די יערליכן "רצון צדיק" קאמפיין לטובת המוסדות ווי עס ווערט אויסגענוצט אין דעם טאג די ריכטיגע צייט מחזק זיין די פילע מוסדות הקדושים וואס דער בעל הילולא האט אוועק געטשעלט במסירות נפש און וואס האבען במשך די 39 יאר לאחר הסתלקותו לגנזי מרומים נאך מער זיך צעבליט לשם ולתפארת און זענען היינט פון די גרעסטע תורה פעסטונגען
רחמנא אידכן לן זכותיה דיוסף צדיקא!
Comments