top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולודת צבי דספינקא ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויפן זומער

עודכן: 5 ביולי 2023

מיטוואך פ' פינחס - ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


תושבי קרית יואל האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געוועּן פני כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א וואס איז ווי יאהר יערליך ארויסגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רבי וועט וויילן אויף די קומענדיגע זומער וואכן בקרב עדת חסידיו.


נעכטן דינסטיג צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית מיט די תלמידי הישיבה אין די ספינקא ישיבה 'תורת צבי' אין בלומינגראוו,  בשעת'ן דאווענען איז די רבי שליט"א ארומגעגאנגען צווישן די בחורים אין נאכן דאווענען האט די רבי זיך געוואשן אינאיינעם מיט די בחורים און די צוות הישיבה צו א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם הייליגן אור החיים הק זי"ע ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא ווי אויך דברי הדרכה לימי הקיץ פאר די בחורי חמד.


זייענדיג אין קרית יואל וועט דער ספינקער רבי שליט"א דאווענען בבית מדרשו אויף טעיטש קט. וואו דער רבי וועט אויך פראווען די טישן יעדן ליל שבת קודש און ביי שלש סעודות.





Comments


bottom of page