מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי קרעטשניף פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך נעכטן ביינאכט פארזאמלט אויף א געמיינזאמע אסיפת קודש אין קרית קרעטשניף רחובות, על פי קריאת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, ווי געמאלדן היינט דא אויף 'קול בחצרות'.
די אסיפה איז פארגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אין קרית קרעטשניף רחובות, וואו עס האט זיך אנגעזעהן א מאסיווע שטראם פון הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה. בכבוד הראוי האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וועלכער האט אנגעהויבן די אסיפה בברכת שלום עליכם און באגריסט אלע חסידים וואס זענען געקומען צופארן פון נאנט און ווייט.
דער רבי האט אנגעהויבן דברות קדשו זאגענדיג אז ער האט צוזאמגערופן דעם ציבור אויסצושמועסן עטליכע וויכטיגע נושאים, אין נאך א קרוצע הקדמה ווי דער רבי האט זיך אפגערעט ברוב ענוותנתו אז אין אמת'ן אריין איז ער נישט רואי צו זאגן מוסר פאר אידישע קינדער, האט דער רבי צום ערשט ארויסגעהויבן לשבח די געטרייע מנהל המוסדות הרב פנחס הומינער, וועלכער איז זיך מוסר נפש מיט א מורא'דיגע געטריישאפט פאר יעדנ'ס הצלחה, און בפרט די לעצטע תקופה ווען עס איז אפגעשוואכט געווארן די כח ההנהלה, טראגט ער אלעס אליין אויף זיינע פלייצעס און מ'מוז אים מחזק זיין און צוהעלפן טראגן דעם גרויסן עול.
דערנאך האט דער רבי פארלענגערט א שמועס איבער די נושא פון שידוכים, און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די לעצטע מאדע אז אנשי שלומינו טוען פרעמדע שידוכים, מ'גייט זיך זוכן פרעמדע גליקן, און ליידער קומט אן צו נישט אזעלכע גוטע פלעצער.
דער רבי האט באטאנט אז אסאך אינגעלייט וואס טוען פרעמדע שידוכים, טוען דערמיט אפהאקן זייער קשר מיטן הויף, און דאס ברענגט צו אז די ציבור זאל קלענער ווערן, וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן און פארמינערן דעם כח החינוך וואס מ'פרובירט צו פארשטערקערן לתועלת הציבור.
דער רבי האט ארויסגעברענגט חוות דעת קדשו, אז ווען מ'זוכט א שידוך זאל די ערשטע פארלאנג זיין אז די פארפאלק זאל וואוינען דא אין רחובות, און זיין א טייל פון די חבריא קדישא, טראץ וואס עס איז טאקע נישט ביליג דא צו וואוינען, אבער אז מ'וויל שטארק קען מען אלעס באווייזן.
דאן האט דער רבי פראקלאמירט א נייע געדאנק, אז פון היינט און ווייטער די אלע אינגעלייט וואס האבן חתונה ביי די אכצן יאר, זאלן בלייבן וואוינען דא אין רחובות, און לערנען אין די ישיבה פאר נאך צוויי יאר, היות אז דאס וואס די בחורים האבן חתונה פריה טוט דאס אפשוואכן די קול תורה אין ישיבה, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן פינאנציעל, און אז עס וועט זיין א גוטע קאסע וועט ער אליינס שטיצן די אינגעלייט מיט אפאר הונדערט שקל, צו פארגרינגערן דעם עול הפרנסה. די רבי האט טאקע ארומגערעט שטארק איבער דאס חתונה האבן פרי ביי די אכצן יאהר בן שמונה עשרה לחופה ווי עס איז געוועהן איינגעפירט אמאל.
צום שלוס האט דער רבי ארויסגעברענגט רגשי לבבו זיך גרייטענדיג לקראת די שמחת החתונה פון נכדו החתן, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קשר פון זיין גרויסן טאטן הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע מיט מחותנו הרה"ק מסקווירא זי"ע, און די דאזיגע שידוך איז זיכער פאר אים א גרויסע חשיבות. אזוי אויך די קשרי שידוכין מיט די הייליגע צדיקים לבית וויזניץ און זוועהיל, צו וועם דער טאטע דער רבי זצ"ל איז געווען אדוק ומקושר כל ימי חייו.
דער רבי האט געזאגט אז ער גרייט זיך אצינד צום געהויבענעם נסיעה ארויסצופארן קיין אמעריקע באשיינען על ראש שמחתו, און ער וועט זיך זיכער פרייען מיט יעדער באזונדער וואס וועט זיך אנשטרענגען און קומען מיטהאלטן זיין גרויסע שמחה.
Comments