top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה • האד' מספינקא וועט מארגן דורכגיין קאמפליצירטע אפעראציע

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


השתדלו והרבו תחינה ובקשה: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בארא פארק וועלכע איז ערווארטעט מארגן דורכצוגיין א קאמפליצירטע אפעראציע, און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.


פארלאפענעם יום טוב פסח האט די רבי געליטן פון א אינפעקשן, און האט זיך אויפגעהאלטן אין שפיטאל איבער יו''ט, זינט דאן איז די רבי נאך שטארק אפגעשוואכט, און אצינד האבן די דאקטוירים געזעהן פאר וויכטיג צו אפערירן דעם רבי'ן אינעם ערשטן געלגענהייט.


מארגן דינסטיג וועט די רבי שליט"א דורכגיין דעם אפעראציע אין די קארנעל שפיטאל, בעת ווען כלל ישראל וועט מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רבין מרן נפתלי צבי בן פעריל לרפואה שלימה.


נאכמיטאג אום 1:15 וועט מען זיך צוזאמקומען אויף א תפילת רבים אין בית מדרש הגדול ספינקא אין בארא פארק, אין די זעלבע צייט וועט פארקומען א מנין תהילים בהיכל הישיבה קטנה דחסידי ספינקא אין בארא פארק.


אין ארץ ישראל וועט מען זיך צוזאמנעמען אויף א מנין תהילים אין די נאכמיטאג שעה'ן ביים ציון הק' פונעם הייליגן אמרי יוסף זי''ע ראש שושלתא קדישתא אויפן סגולה בית החיים אין פתח תקווה, מתפלל זיין ביי די אבות הקדושים שוכני עפר און מעורר זיין זכותם בהאי שתא פארן ממשיך שלשלת הקודש בגאון ובעוז, להחלימו ולרפאותו, להחזיקו ולהחיותו בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page