מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר, דוד כהן
גאר א געהויבענעם שבת התאחדות איז אריבער אין ירושלים בצילו פונעם גאסט הגה''צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א וואו די הונדערטער סאַטמאַרער חסידים פון ירושלים אין פון אנדערע שטעט אין ארץ ישראל, האבן זיך דערווארעמט ביי דעם געהויבענעם שבת קודש, און מיטגעהאלטן די הייליגע תפילות, די געהויבענע צוזאַמקומען און באטע פרייטאג צונאכטס, די פייערדיגע דברי תורה און דברי הדרכה און רעוא דרעווין מיט דברים חוצבים להבות אש, מיט וואס דער רב שליט"א איז בארימט, אנהאַטלנדיג דעם דרך אבותיו הקדושים בידיו, צו מעורר זיין לבב בני ישראל לאביהם שבשמים.
די תפילות שב''ק איז פארגעקומען אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד בהיכל הטיש'ן אינעם ביהמ''ד הגדול וויזניץ ירושלים וועלכע האבן אויך אוועקגעגעבן די פריוואטע מקוה און שטיבל להצלחת השבת, די ביהמ''ד איז געווען מלא על כל גדותיו, אויך האט זיך אנגעזעהן די ראשי הקהילה פון בני ברק און א שיינע קבוצה פון ראשי ונכבדי הקהילה אין בית שמש, אזוי אויך זענען געקומען אויף שב''ק א גרויס חלק פון תלמידי הישיבה אין בני ברק.
ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן איז פארגעקומען א אסיפה אינעם אכסניא פונעם רב שליט''א מיט אלע דייני הקהילה ווי מען האט דן געווען און אויסגעשמועסט אסאך דיני הוראה.
פרייטאג צונאכטס איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת האט געדאווענט הרה''ג ר' יעקב מנחם ניילינגער שליט"א מדייני הקהילה אין ירושלים. נאכן דאווענען איז דער ריזן ציבור אריבער גוט שבת זאגן אויך האט זיך אנגעזעהן א גרויסע ציבור תושבי ירושלים וואס זענען געקומען שלום נעמען.
די סעודות ליל שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן בבית האכסניא אינאיינעם מיט די מקורבים און די בני המשפחה, אין ארום 12:00 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צו די באטע ווי מען האט געזינגען מערערע ניגונים.מיט די זמירות האט די רב מכבד געוועהן די דייני הקהילה ופני העדה
במשך די באטע האט דער רב שליט''א מערערע מאל משמיע געווען דברי תורה ופנינים יקרים אויף די פרשה אין פארגעזינגען רחם און נאך ניגונים לכבוד שב"ק.
ווי אויך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק בעל עטרת צבי מדזיטשוב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דער וואך. אין מכבד געוועהן מיטן בענטשן הגה''צ רבי משה טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר ירושלים שליט''א. מען האט פארענדיגט דער באטע נאך דריי אזייגער פארטאגס.
שבת צופרי ביים ליינען האט מען געליינט די קריאה פון פרשת קרח ביז נאך כהן פון חוקת לכבוד די געסט, עס האבן עולה געוועהן הנגיד ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ, הנגיד ר' חיים לעווי פון וויען. ר' נפתלי הירצקא שטיין. הרב ר' נתן בנימין ראטה מהנהלת הקהילה אין ירושלים. רביעי: הגה''צ דומ''ץ סאטמאר ירושלים, שישי דער רב שליט''א אין מפטיר: הרב יצחק ברוך אילאוויטש חבר הנהלת המוסדות אין בני ברק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל א באווארפן, דער רב האט קידוש געמאכט און געוואונטשן לחיים.
די סעודות שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן אינאיינעם מיט די מקורבים אין שטוב פונעם דיין הגה''צ רבי משה טייטלבוים שליט''א דומ''ץ סאטמאר ירושלים.
דערנאך איז פארגעקומען די דערהויבענע שלש סעודות בהתעוררות בהשתתפות א ריזן ציבור אנ''ש.
מיט די זמירות איז מכובד געווארן. אודה: הרה''ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בבני ברק, שיר המעלות: הרה''ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו חבר הנהלת קהלתינו בירושלים.
ביי שלש סעודות האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש, און דער רב האט משמיע געווען עטליכע מאל דברי תורה. נאך מעריב איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך און דער רב איז אהיים לבית האכסניא צו מאכן הבדלה.
אין די שפעטע נאכט שעות איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון העסקן ר' שמואל זאנוויל פאגעל הי"ו אלס הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען לטובת די קהילה אין בפרט די כולל ווי מ'האט ווארים פארברענגט בשבת אחים גם יחד און מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע עניני הכולל.
Comments