top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צאנז • רייכע דינער אין קיסריה לטובת ארגון שפע חיים ורחמים ארויסצוהעלפן אינגעלייט קויפן דירות

דינסטאג פ' פינחס - ט"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


א עלעגאנטע דינער איז פארגעקומען דעם זונטאג בחצר הקודש צאנז, ווען פילע אינגעלייט זענען זיך צוזאמגענומען צולייגן א פלייצע פאר די וואויל טעטיגע ארגענעזאציע שפע חיים ורחמים, ארויסצוהעלפן אינגעלייט קויפן דירות און זיך מסדר זיין מיט א דאך איבערן קאפ בעוד מועד.


ווי באקאנט האט הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע שטארק עוסק געווען ארויסצוהעלפן אינגעלייט צו קויפן דירות, ער האט געזעהן דערין א הייליגע פליכט, אז די חסידים זאלן קענען מגדל זיין די דורות הבאים מיט הרחבת הדעת, און אין זיין צוואה האט ער געבעטן די חסידים צו ווייטער עוסק זיין אין דעם מצוה, און ארויסהעלפן אינגעלייט צו קויפן דירות צו וואוינען.


די בארימטע גמ"ח שפע חיים ורחמים, מקיים צו זיין די צוואה פונעם רבי'ן זצ"ל, איז געגרינדעט געווארן מיט דעם איינעם מטרה צו העלפן אינגעלייט קויפן דירות, מיטן שענקן אסטראנאמישע הלוואות פון דריי הונדערט און פופציג טויזענט שקל פאר א דירה. אצינד שטייענדיג געציילטע טעג איידער די הילולא קדישא ט' תמוז, איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבה וואו צענדליגע אינגעלייט האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סכומים ארויסצוהעלפן דעם הייליגן פראיעקט.


די דינער "מועצת המשפיעים" איז פארגעקומען דעם זונטאג אין א פראכטפולע זאל אין שטאט קיסריה, במקום הנופש וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילט אויף אפרוה. א רייע פרעזענטאציעס איז געוויזן געווארן פארן ציבור פונעם הייליגן בעל ההילולא, און אויף משאת נפשו ארויסצוהעלפן די אינגעלייט בויען דירות.


אלס אורח הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א, וועלכער האט בנועם לשונו אויפגעפלאמט אלע משתתפים, דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און דער בארימטער עסקן ר' ישראל פרוש ראש העיר אלעד האט ווידער אויפגעפלאמט דעם ציבור מיט זיין לשון לימודים.


צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע נדיבים אריבער ביים רבי'ן איבערגעבן די נדבות און שטרי קבלה, די אלע וואס האבן מנדב געווען אכצן טויזענט שקל האבן ערהאלטן מידי קדשו פון רבי'ן א געבענטשטע גארטל, און די אלע וואס האבן געגעבן פיר און פופציג טויזענט שקל האבן באקומען פון רבי'ן א געבענטשטע טלית.
























































Comments


bottom of page