דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
ארגענטינע, אורוגוויי, טשילע
שוין מיט אריבער 40 יאר צוריק האט דער רעיא מהימנא אוהבן ומאורן של ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מקאלוב שליט"א זיך אונטערגענומען א הייליגע מיסיע ארומצוגיין איבער דער גארער וועלט און אויפזוכן פארשטויסענע אידישע נשמות, אין וועמען עס טוליעט דער אידישער פונק און זיי מקרב זיין און מחזק זיין צו לעבען דעם חיי תורה ומצוות, דער רבי שליט"א וועלכער איז באקאנט מיט זיין מורא'דיגן כח ההשפעה אריינצודרינגען אין א אידיש נפש האט דאן אונטערצונעמען לענגערע נסיעות וואו ער האט זיך מטריח געווען בטלטולא דאורחא וטלטולא דגברא איבער פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, כדי צו ראטעווען אידישע נפשות מרדת לבאר שחת ח"ו און זיי ברענגען נענטער צו אבינו שבשמים, דערמיט איז דער רבי שליט"א נאכגעגאנגען דעם דרך פון רבותינו הק' תלמידי הבעש"ט וועלכע האבן אסאך עוסק געווען אין דעם הינזיכט פון צוריקרברענגען נפשות נדחים צו זייער שורש, און מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא באט די רבי שליט"א מצלח געווען אוועק צו שטעלן אידישקייט קהילות הקודש און מוסדות התורה אין צענדליגע מקומות איבער די וועלט.
אין די לעצטע יארן יארן האט דער רבי שליט"א באאויפטראגט בנו יקירו הגה"צ רבי ישכר דוב טויב שליט"א אבד"ק קאלוב, ממשיך צו זיין די עבודת הקודש אן קיין שום אפהאלט, און נאך מוסיף זיין פעולות און צוריקברענגען ווי מער אידן צו השי"ת, ואתו עמו די חשוב'ע עסקנים פונם מוסד הק' "אור עולם" וואס די רבי שליט"א האט אוועקגעשטעלט וואס זאל אנפירן מיט די אלע הייליגע פעולות הטובות, דער רבי שליט"א האט דאס א נאמען געגעבן "אור עולם" – וואס כשמו כן הוא א באלייכטער פון די וועלט – און אונטער די ראמען פון דעם מפעל זענען פארברייטערט געווארן די אלע הייליגע פעולות להצלת נפשות ישראל פון אומעטום ביתר שאת ויתר עז.
דער רב שליט"א איז א הולך בדרכי אביו און זעצט פאר די הייליגע פעולות ביתר שאת וביתר עז, ער פארט כסדר ארום אין פארשידענע געגענטער סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער גארער וועלט וואו ער פלאמט אויף די הערצער פון ארטיגע דערווייטערטע אידן זיי צוריקצוקערן צום פאטער אין הימל, אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי אביו דער רבי שליט"א האט געטוהן אלע יארן, און דורכאויס די גאנצע צייט האלט דער רב שליט"א אן א קאנטאקט מיט די רבנים און די ראשי הקהלות והמוסדות פון די אלע שטעט און געגענטער וואו מען האט באזוכט, כדי אזוי ארום אנצוהאלטן דעם קשר מיט זיי און זיי מחזק זיין צו טוהן ווייטערדיגע שריט אויפצובויען אידישקייט אין זייערע קהלות.
אין די יעצטיגע שווערע צייט, וואס ווי באקאנט איבער די גאנצע וועלט מוטשעט מען זיך אין די לעצטע תקופה מיט די פראבלעם פון אינפלאציע, אזוי ווי יעדער איינער זעט אויף די בילס פון עסן און קליידער און אזוי ווייטער. אבער אין די מדינות פון סאוט-אמעריקא, וואס האבן אויך אין אלגעמיין א שוואכע וואקעלדיגע עקאנאמיע, איז די מצב פון די אינפלאציע נאך שווערער ווי אין אנדערע פלעצער.
אין ארגענטינא, האט די אינפלאציע אין די יעצטיגע טעג דערגרייכט די שרעקליכע אומגלויבליכע ראטע פון איבער הונדערט פראצענט. די מצב איז אזוי שווער, אז א הויפט קאנדידאט וואס לויפט יעצט פאר די פרעזידענט אמט אין די דארטיגע וואהלן, האט צוגעזאגט אז ער וועט אינגאנצן מבטל זיין די דארטיגע "פעסא" וואלוטע, און אריבערגיין צום אמעריקאנער דאלער, כדי צו ראטעווען די עקאנאמיע פון די סכנה פון אינגאנצן אונטערגיין אין פאל וואס די וואלוטע וועט גאנצליך פארלוירן איר ווערד צוליב אומצוטרוי אין איר עקאנאמיע.
איז נישט מער ווי פאסיג אז יעצט ווען די אידן אין ארגענטינא און אין די דערנעבענדיגע מדינות דארפן הויפענעס חיזוק, האט זיך ארויסגעלאזט א חשובע דעלעגאציע פון מוסד הק' "אור עולם" בראשות פון'ם קאלוב'ער רב שליט"א אויף א מסע חיזוק אין סאוט-אמעריקא, ווי אין לויף פון די כמעט צוויי וואכן, האט דער רב שליט"א אויפגענומען "קבלת קהל" לאנגע שעות נאכאנאנד, באזוכענדיגע אין צענדליגער קהילות, בתי מדרשים און שולעס, וואו פילצאליגע דארטיגע אידישע משפחות זענען געקומען לעצה ולברכה יעדער מיט זיינע פערזענליכע ענינים, און האבן אויך באקומען פערזענליכע דברי הדרכה והתחזקות, און געווארן איבערצייגט זיך אונטערצונעמען אויפן פלאץ פעסטע קבלות טובות בשמירת התורה והמצוות, יעדער איינער לויט זיין מדרגה אין אידישקייט.
ביים באזיכן אין די קהילות און מוסדות התורה, האט דער רב שליט"א אויך געלייגט א דגוש און גערעדט דברי חיזוק פאר די דארטיגע רבנים און מנהלים, און גלייכצייטיג אויסגעדרוקט די געוואלדיגע התפעלות וואס מען האט ווען מען באזוכט דארט, זעהנדיג ווי די דארטיגע אידן שטרענגען זיך אן בכל יכולתם אנצוהאלטן אלע אקטיוויטעטן פון די קהילות און מוסדות טראץ די שווערע עקאנאמישע צושטאנד. וויך אויך איז פארגעקומען עטליכע אסיפות, ווי מען האט זיך אדורכגעשמועסט עצות ווי אזוי אנצוגיין מיט די פעולות אין די יעצטיגע שווערע תקופה.
א ספעציעלע אסיפה איז פארגעקומען איבער די מצב היהדות אין אורוגוויי, וואס דארף א גרויסע תיקון און חיזוק, נאכדעם וואס די צענטראלע חרדי'שע קהילה האט שטארק געשרינקן, און אסאך פאלן אריין ביי די רעפארמער, וואס דאס ברענגט גרויסע מכשולות בעניני גיטין וקידושין וכדומה. עס איז באשלאסן געווארן אז עס איז נויטיג איינצושפאנען דערצו פארשידענע רבנים און עסקנים, צווישן זיי אזעלכע וואס זענען אליין נתקרב געווארן צו אידישקייט דורך כ"ק מרן אדמו"ר מקאלוב שליט"א, וואס זיי האבן שוין באוויזן אויפצוטון גדולות ונצורות לחיזוק היהדות אין פארשידענע מדינות אין סאוט-אמעריקא.
באזונדערע שעות פון קבלת קהל זענען פארגעקומען ביי א אידישע צענטער וואו עס דרייען זיך אידישע יוגענטליכע וואס שטודירן אין צוויי דארטיגע גרויסע יוניווערזיטעטן. אסאך פון זיי האבן ביי דעם געלעגנהייט זיך אונטערגענומען אנצוהייבן מיט שמירת שבת.
די דעלעגאציע האט אויך באזוכט אין דארטיגע ערליכע מוסדות, ווי למשל די ישיבה פון "קהל חרדים", וואו מען איז נתפעל געווארן צו הערן די בקשות פון דארטיגע קינדער און בחורים, וואס דורכגייענדיג צו נעמען א פערזענליכע ברכה פון דער רב שליט"א, האבן אסאך פון זיי געבעטן א ברכה אויף געהויבענע רוחניות'דיגע מושגים, ווי "פיהלן מתיקות התורה", אדער "טון יעדע ריר לשם שמים".
א ספעציעלע רירענדע רושם האט געמאכט די בקשה פון א יונגע בחור'ל, וואס ער האט געזאגט מיט טרערן אין זיינע אויגן, אז ער איז געקומען בעטן א ברכה, אז זיינע עלטערן זאלן אויפגעבן אויף זייער פלאן איהם צו שיקן שטודירן אין יוניווערזיטעט, און זאלן מסכים זיין איהם צו שיקן לערנען אין א ישיבה.
א קלימאקס פון די גייסטרייכע נסיעה איז געווען די געהויבענע שבת נועם הנשמות, וואס איז געפראוועט געווארן אין די גרויסע צענטראלע ביהמ"ד פון קהילת "עוד יוסף חי" אין בוענאס-איירעס, וואס שטייט תחת נשיאות הגאון הגדול רבי דניאל סיתהון שליט"א, וועלכער איז אויסגעוועהלט געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר מקאלוב שליט"א צו דינען אלס דארטיגער שליח פון מוסד הק' אור עולם צו אנפירן און האלטן איבערזיכט איבער די שטענדיגע פעולות פון די דארטיגע עסקנים לחיזוק הדת ולקירוב לבבות ישראל לאביהם שבשמים.
דער רב שליט"א איז שוין ברייט באקאנט מיט די געהויבענע ווארימע תפלות און טישן וואס ער פראוועט ביי די יערליכע נסיעות, וואו ער זינגט שירות ותשבחות בנעימות על דרך אבותיו הקדושים לבית קאלוב, מיט די הילף פון חסידישע מנגנים וועלכע קומען מיט פון וויליאמסבורג. דערפאר האט זיך אנגעזען אויך געסט פון אנדערע געגענטער וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן אויף שבת.
נאך קבלת שבת האט דער רב שליט"א געהאלטן א דרשה אין ביהמ"ד, וואו ער האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון יעדע אידישע נשמה, און וואספארא נחת רוח עס איז פאר אונזער טאטע אין הימעל יעדע מחשבה טובה און הירהור תשובה פון סיי וועלכער איד. כדי נישט אויפצוהאלטן די משפחות, האט מען נישט איבערגעטיישט די דרשה אויף ספאניש, אבער אפילו די אידן וואס פארשטייען נישט געהעריג לשון הקודש האבן געזאגט אז די מעסידזש פון דעם הארציגען דרשה האבן זיי יא פארשטאנען.
אזוי ווי דארט איז דאך יעצט נאך קורצע ווינטער טעג, האט די טיש פרייטאג צונאכטס זיך אנגעהויבן ניין אזייגער, און עס האט זיך פארצויגן מערערע שעות, ביז אינמיטן די נאכט. אין לויף פון די טיש, האט דער רב שליט"א געזאגט עטליכע מאל דברי תורה, געזינגען ניגוני שמחה והתעוררות, און געטיילט קוגעל און געגעבן לחיים פארן גאנצן עולם. נאכן טיש איז ער געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיט די בחורים און א באזונדערע ריקוד מיט די קינדער, איבערלאזענדיג א טיפע רושם אויף די פילצאליגע טייערע נשמות וואס האבן זיך שווער געוואלט געזעגענען פון די לעכטיגע שעות של קורת רוח רוחנית וואס וועט זיי שטענדיג באגלייטן.
די באזוך וואס האט איבערגעלאזט א שטארקע חיזוק פאר די דארטיגע אידן אין זייער שווערע צייט, האט זיך געשלאסן מיט גרויס הצלחה, מיט פילצאליגע קבלות טובות פון טייערע אידישע נשמות, וואס וועט זיכער זיין א גרויסע זכות פאר כלל ישראל אינעם יום הדין הבא עלינו לטובה.
אין די זעלבע צייט שטייט גרייט די ברייטע שטאב פון מומחים אין די אפיסעס פון אור עולם, צו אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס די הונדערטער קבלות טובות אין אידישקייט, און באגלייטן די אלע אידן מידי יום ביומו, צו מאכן זיכער אז מען האלט זיך שטארק יעדער צו זיין קבלה, און צו זיי מקרב זיין מער און מער אל אביהם שבשמים. און אין די זעלבע צייט ווערן שוין אויסגעארבייט די פלענער פאר א פרישן מסע חיזוק אין אן אנדערע שטאט אויפצופלאמען נאך אידישע הערצער און זיי צוריקקערן לאביהם שבשמים.
Comments