מאנטאג פ' קרח - ל' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תלמידי וחסידי קאליב בארץ הקודש האבן דעם דאנערשטאג מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש און תענוג רוחני, ביים פייערן די היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן דורך כלל תלמידי וחסידי בית קאליב לזכר נשמתו פונעם אומפארגעסליכן רבי'ן כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל קול מנחם מקאליב זי"ע.
די היסטארישע חגיגה איז אפגעראכטן געווארן בליל הגדול, די נאכט פון די יום הצלה ווען דער קאליבער רבי זצ"ל איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות ביים צווייטן וועלט קריג, די התרגשות ביי די תלמידים וחסידים האט אויפגעברענגט געפילן פון נאסטאלאגיע ביי יעדן, ווען מ'האט זיך דערמאנט פון די לעכטיגע יארן בהלו נרו עלי ראשינו, ווען מ'האט געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביים רבי'ן זכר צדיק לברכה.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א אין ירושלים, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און געזינגען ניגוני תורה, דאן האט דער רבי געמאכט הגבה, מכבד געווען דעם שוואגער הרה"ג ר' שמעון מענדלאוויטש דיין הקהילה מיט גלילה, און דעם שווער הרה"ג ר' רפאל ראזענבערג אנצוטון די מענטעלע פון די ספר תורה.
בקול רינה וצהלה בתופים ובמחולות איז די תהלוכה ארויס מביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן צום ביהמ"ד הגדול אויף רחוב חנה, דורכאויס די תהלוכה האט דער גאנצער ציבור געטאנצן לעבעדיג בשירה ובזמרה, און דער רבי האט מכבד געווען די אדמורי"ם ורבנים צו טאנצן מיטן ספר תורה. אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ריקודין א לענגערע וויילע, און כ"ק אדמו"ר מקאליב האט פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודה לכבודה של תורה אויף א פראכטפולע פארנעם, וואו דער גאנצער עולם האט פארברענגט אינאיינעם פאר לענגערע שעה'ן אין א רוחניות'דיגע אטמאספערע, דורכאויס די מעמד האט די בארימטע מלכות קאפעליע מהנה געווען בשירה וזמרה, אין שפיץ פון די בעלי מנגנים ר' אהר'לע סאמעט און ר' מוטי וויזל.
כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז מ'איז זוכה צו אריינגעבן א ספר תורה לזכר נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל, און ארומגערעדט בדברי שבח והודאה איבער די יום הצלה פונעם קאליבער רבי'ן זצ"ל, ברוך ה' אשר השבית לנו גואל וואס האט אויפגעטון א וועלט נאכן קריג פאר די שארית הפליטה.
אויך האט דער רבי שטארק באדאנקט די אלע נדיבים ותומכים און עסקנים וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש לעשות נייחא לנשמתו פארן רבי'ן זצ"ל, און אויך דער דיין הקהילה דעם רבינ'ס שוואגער הרה"ג ר' שמעון מענדלאוויטש אויפגעטרעטן מיט ווערטער, און כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים האט שכן פונעם קאלוב'ער הויף האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה.
צום שלוס פונעם מעמד האט דער קאליבער רבי געטיילט ספעציעלע מתנות פאר אלע תומכי המוסדות, און א באזונדערע מתנה פאר דער מעיאר פון שטאט ירושלים משה ליאון, פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת הכלל והפרט.
דורכאויס די מעמדי קודש האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים ופני העדה, צווישן זיי האדמורי"ם מסקולען ירושלים, ווערדאן ירושלים, ברעזאן, ראפשיץ, דינוב, קאסאן ירושלים, אב"ד צאנז טשאקאווא, אב"ד דברי משה, אב"ד טשאבא, הגאון ר' משה בראווערמאן, הגאון ר' יוסף נחמי' הירשלער, און נאך פילע רבנים ודיינים וגדולי הדור.
Comments