פרייטאג פ' בחוקותי • כ"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ
דעם פארגאנגענעם וואך איז מרן פוסק הדור בעל 'תשובות והנהגות' שליט"א ארויסגעפארן צום מושב מבוא חורון אויף די יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ה הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפן פראצעדור פונעם קצירת חיטין אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.
דער גאון איז אראפ צום פעלד און בשארית כוחותיו אליינס געשניטן די ווייץ, מקיים צו זיין דעם "מצוה בו יותר מבשלוחו", און אנגעוואונטשן די ארטיגע איינוואוינער 'שומרי שביעית', וואס זענען ספעציעל אריבערגעקומען מקבל זיין ברכת קדשו פונעם פוסק הדור.
Hozzászólások