דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי פינסק קארלין זענען איינגעהילט אין עקסטאז, בייוואוינענדיג ווי די מעכטיגע אימפעריע פון חינוך והרבצת התורה וואקסט מיט א שנעלן אימפעט, און דער הרחבת גבולי הקדושה גייט פאראויס מיט א שנעלן גאלאפ, ווען צום דעם קומענדיגן זמן הלימודים חודש אלול וועט זיך עפענען א נייע ישיבה גדולה דחסידי פינסק קארלין בשניאותו והדרכתו פון כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וועלכע איז אין די לעצטע יאהרן שטארק משתוקק צו מייסד זיין א באזונדערע גדולה פאר תלמידיו וחסידיו ההולכים לאורו הבהיר, אין אצינד ווערט בעז"ה ערפילט דעם חלל, ווערנדיג ערמעגליכט פאר פינסק קארלינ'ע עלטערן אז די אייגענע קינדער, די בחורי חמד היקרים, זאלן שוין קענען לערנען אין אן אייגענעם ישיבה על דרך הסלולה.
דער ישיבה גדולה וועט זיין סטאנציאנירט אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק אין א נייעם הערליכן בנין מפואר, אויסגעשטאט מיט אלע געברויכן אויף א באקוועמען רחבות'דיגן פארנעם ווי די בחורי חמד וועלן קענען שטייגן בתורה ועבודת ה' אין א הייליגע אטמאספערע. מיט גרויס סייעתא דשמיא איז געלונגען צוזאמצושטעלן א העכסט-געלונגענע שטאב פון בארימטע פרעמאנאנטע מומחים בשדה החינוך,תלמידי חכמים ויראי ה', בעלי השפעה, וועלכע וועלן דינען אלס איבערגעגעבענע רמי"ם און באגלייטן יעדן תלמיד צו זיין בעסטע התעלות.
זיך גרייטנדיג שוין צום פתיחת שערי הישיבה וועט כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א ארויספארן די קומענדיגער וואך קיין ניו יארק אויפצוטייבן די נויטיגע פאנדן אוועקצושטעלן א קרן בסיס פארן נייעם ישיבה גדולה.
Commenti