דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די מצב הבריאות ביי מרן הגאון הגדול ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל, ווערט היינט איבערגעגעבן פון די דאקטוירים אין הדסה שפיטאל, אז היינט דאנערשטאג וועט דער ראש ישיבה אריבערגיין א מעדיצינישע פראצעדור מיטן האפענונג צו פארגרינגערן דאס אטעמען און ברענגען א גענצליכע ערהוילונג.
ווי געמאלדן איז דער ראש ישיבה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל דעם פארגאנגענעם שבת קודש, נאכן ליידן פון א שווערע אטעם, דורכאויס די וואך האט זיך די מצב עטליכע מאל שטארק פארערגערט, אבער בחסדי השם איז די מצב אצינד סטאביל, און נעכטן אינדערפרי האט שוין דער ראש ישיבה געעפנט די אויגן און קאמיוניקירט מיט די ארומיגע מקורבים.
ווי די דאקטוירים געבן איבער וועט מען היינטיגן דאנערשטאג דורכפירן א פראצעדור אין שפיטאל, וואו מען האפט מיט א געוויסע מאשין צו פארגרינגערן דאס אטעמען, אין אלע ישיבות און כוללים איבער ארץ ישראל וועט מען מארגן בשעת די אפעראציע זאגן פרקי תהלים און מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון מרן הגאון ר' ברוך מרדכי בן הינדא מלכה, דער ראש ישיבה זאל וואס שנעלער צוריקקומען צו די כוחות און קענען ממשיך זיין מיט די הרבצת התורה כבשנים קדמוניות.
Comments