top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהצנע לכת: חתונה פון ערשטע אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון ר' שאול אלתר וועט פארקומען אויף באשיידענעם פארנעם אן א פאמפע

דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אינערהאלב קהל פני מנחם גרייט מען זיך ברגשי שמחה צו די עידן חדוותא פון המשכת שלשלת הקודש, די חתונה פונעם עלטסטן אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, וואס וועט פארקומען אויף א געהויבענעם פארנעם דעם קומענדיגן מיטוואך ויקהל אין ירושלים עיה"ק.


עס וועט גיין אונטער די חופה החתן העילוי והמצוין אברהם יצחק ממופלגי תלמידי ישיבה פני מנחם, בן הרה"ח ר' ישראל פנחס גלאזמאן הי"ו, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו בכורו פונעם ראש ישיבה.


בקרב החסידים ומעריצים איבער דער וועלט האט מען זיך גערישט אויף א גרויסע רבי'שע חתונה ווי ס'פאסט לכבוד אזא גרויסע שמחה, איז מען אבער איבערראשט געווארן ווען דער גרויסער זיידע דער ראש ישיבה שליט"א האט קאטעגאריש קלארגעשטעלט אז עס זאל זיין א פשוט'ע באשיידענע חתונה, גארנישט אנדערש ווי א געווענליכע משפחה-שמחה, וואו מ'וועט זיך פרייען די בני המשפחה און גוטע פריינט בקול ששון וקול שמחה.


די חתונה וועט טאקע פארקומען אויף א פשוט'ן געווענליכן שטייגער פון א ירושלימ'ע חתונה, אין אולמי גוטניק, און עס איז ארויסגעשיקט געווארן איינפאכע הזמנות מיט ביידע מחותנים אונטערגעשריבן דערויף, ווען עס זעט זיך אויסערליך גארנישט אויס ווי א רבי'שע חתונה-בריוול, ווען אויפ'ן צווייטן זייט זענען אויסגערעכנט אלע זיידעס און באבעס, כנהוג, און צווישן זיי ערשיינט דער נאמען פונעם ראש ישיבה.


היות עס איז ערווארטעט א גרויסער ציבור חסידים און געסט וואס וועלן נישט וועלן פארפאסן די שמחת בית צדיקים, איז געמאלדן געווארן דורכ'ן מחותן אז היות עס וועט נישט זיין גענוג פלאץ ביי די חופה ביים זאל, וועט דער פאטער דער ראש ישיבה שליט"א נישט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות ביי די חופה, כנהוג, נאר משמיע זיין די דברי תורה לכבוד השמחה ביי די סעודת החתונה.


די חתונה וועט נאכפאלגן מיט די שבעת ימי המשתה, און די צענטראלע שבע ברכות וועט פארקומען זונטאג פר' פקודי צוגעשטעלט דורך קהל ומוסדות פני מנחם.


Comments


bottom of page