זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: מ. א. נוימן
דער מלחמת קודש דורכאויס די לעצטע דריי וואכן אין ירושלים עיר הקודש זעצט פאר, זינט עס איז ווידעראמאל באנייעט געווארן די העפטיגע פראטעסטן קעגן די ציוניסטישן שטאט-ראט אין ירושלים, צו אריבערפירן די "רכבת הקלה" באן אין הארץ פון די חרדישע געגנט אין פלטרין של מלך, טוען מער אין מער קהילות קדושות פון די בני יישוב הישן זיך אנשליסן אינעם מערכה אין קומען ארויס מוחה זיין און קלארשטעלן פאר די ירושלימער שטאט-ראט אז דער יהדות החרדית וועט נישט זיצן מיט פארלייגטע האנט און זען כבלע את הקודש, וואו מ'פארוואנדלט די ריינע געגענטער צו א מערת פריצים ופרוצות.
דורכאויס דעם פאלאפענעם וואך זענען ארויסגעקומען הונדערטער חברי קהילת הפרושים אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורצין מנהיג קהילת הפרושים, עטליכע טעג דערויף איז כ''ק האדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א אנגעקומען אויף אן עצרת מחאה על פני רחוב בר אילן אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים. היינטיגן זינטיג איז קהילה קדושה משכנות הרועים ארויס מוחה זיין כדת של תורה אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א וועלכע האט מיטגעהאלטן די דברי מחאה אין פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים. אויך האבן זיך אנגעזעהן דער וואך ביים מקום החילול ק''ק ברסלוב אין שפיץ פון די מנהיגי הקהילה הגה''צ רבי משה קרעמער אין הגה''צ רבי שמעון שפירא.
Comments