top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חבר הנהלת העדה החרדית ופארי חסידי תולדות אברהם יצחק: הרה"ח ר' שמואל הכהן ראטה ז"ל

דינסטאג פ' שופטים - כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת: בצער רב איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פלוצלינגע פטירה פון הרה"ח רבי שמואל הכהן ראטה ז"ל מזקני וחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק אין בית שמש וחבר הנהלת 'העדה החרדית' וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין עלטער פון 76 יאר.


ר' שמואל ז"ל איז געבוירן אין ירושלים צו זיין פאטער הגה"ח רבי אברהם הכהן ראטה ז"ל יושב ראש וועד הכשרות העדה החרדית, אן אייניקל פונעם 'בעל התניא' זי''ע. אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין תלמוד תורה 'עץ חיים' אין ירושלים וואו ער האט געלערנט אין די זעלבע כיתה פונעם בריסקער ראש ישיבה הגאון הגדול ר' אברהם יהושע סאלאווייציק שליט"א.


בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין ע"ה, טאכטער פונעם בארימטן סופר סת"ם הרה"ח רבי מנחם דאווידוביץ ז"ל מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק. מיט איבער דרייסיג יאר צוריק האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בית שמש זייענדיג פון די ערשטע איינוואוינער אינעם היימישן יישוב אין שטאט. אין די שפעטערידגע יאהרן איז ער אויפגענימען געווארן אלס 'חבר הנהלת העדה החרדית' און 'חבר וועד הפועל'. אזוי אויך האט ער אנגעפירט פילצאליגע מעמדים פון די עדה החרדית און זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביי די ירושלימ'ע רבנים לדורותיהם.


דורכאויס זיין לעבן האט ער מיטגעמאכט אסאך יסורים און מכאובים, מיט עטליכע יאר צוריק האט ער געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע פון וואס ער איז געראטעוועט געווארן בנסי ניסים און ליידער האט מען אים שפעטער געדארפט אפשניידן די פיס צוליב מערערע אינפעקציעס ל"ע. דעם זונטאג האט ער זיך נישט גוט געשפירט און איז אריינגעפירט געווארן אין די 'שערי צדק' שפיטאל און נעכטן איז ער פלוצלינג אוועק למגינת לב בני משפחתו און בני העדה החרדית.


ער לאזט איבער זיינע חשובע קינדער: הרב דוד ראטה משב"ק ביי כ''ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, בנו הרב יעקב ראטה גבאי ביהמ''ד תולדות אברהם יצחק אין בית שמש. זיינע חשובע ברודער: הרה"ח רבי יעקב אין הרה"ח רבי חיים ראטה, חברי הנהלת העדה החרדית.


די לוי' איז ארויס נעכטן דינסטאג פונעם בית הליות שמגר אין ירושלים אין איז דורך פארנט פון בית המדרש הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין מאה שערים אויפן וועג צום הר הזיתים ווי ער איז געקומען לקבורה.


ת.נ.צ.ב.ה.




Comments


bottom of page