מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת
מיט שאק אין שוידער האבן חסידי ביאלא נארוואס אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די טראגישע אין פריצייטיגע פטירה פון האברך החשוב בנש''ק הרב אברהם משה ראבינאוויטש ז''ל נכד כ''ק האדמו''ר מביאלא שליט''א וואס איז היינט נאכמיטאג ליידער אומגעקומען אין בליענדן עלטער פון בלויז דרייסיג יאהר זייענדיג אויף אן אויספלוג אין די שווייץ. די חשובע נפטר איז געוועהן א זוהן פון הרה''צ רבי יוסל ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת ביאלא א זוהן פונעם ביאלא רבי'ן שליט''א אין אן איידעם ביי כ''ק האדמו''ר מקאפיטשניץ שליט''א.
פרטים אויף די לוי' וועט נאכפאלגן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.
*
ביים שמחת הברית דעם ווינטער פון בנו יחידו, ווערט געזעהן זיין פאטער הרה''צ רבי יוסף ראבינאוויטש אין זיין זיידן האדמו''ר מקאפיטשניץ
Comentários