פרייטאג פ' ראה - כ"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות
דעם מיטוואך נאכט זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, בביתו נאוה קודש אין קרית בעלזא בירושלים עיר הקודש, א גרופע עסקנים וראשי הקהילה פון די נייע קרית בעלזא אין הר יונה אין שפיץ פונעם דיין הרה''ג רבי נפתלי אופמאן, וואו מען האט אדורכגעשמועסט די פארשריט און די געוואלדיגע הצלחה פון די נייע בעלזא קהילה אין שטאט.
ווי באקאנט איז אין די לעצטע פאר יאר שטארק פארברייטערט געווארן די גבולי הקדושה אין שיכון הר יונה אין נוף הגליל, ווען א שיינע קבוצה חסידי בעלזא האבן זיך אהינגעצויגן, און מייסד געווען א קהילה קדושה אויפן אויסגעטראטענעם דרך ישראל סבא. אין א איבערראשנדע שריט האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אליינס צו באזוכן דארט, און געבעטן מען זאל אים בויען א פריוואטע דירה, ער זאל קענען קומען וויילן בקרב הקהילה אין הר יונה.
אצינד איז אין א מזל'דיגע שעה פארענדיגט געווארן די בוי ארבעט אהערצושטעלן א פראכטפולע דירה פארן בעלזא רב אין צענטער פון די בעלזא ישוב אין הר יונה, און נעכטן אויפדערנאכט זענען אריין צום רב די ראשי העסקנים, אין שפיץ פונעם לעגענדארער עסקן בונה ומקים פון אידישע ישובים הנגיד החסיד ר' מענדיל רייך מחשובי חסידי צאנז, וועלכע האבן איבערגעגעבן לידי קדשו פונעם רבי'ן די שליסלעך פון די נייע דירה אין הר יונה.
דער בעלזא רב האט זיך אינטערסירט אויף אלע פרטים מהנעשה והנשמע אינעם ישוב, און איבער די בליה און וואוקס פון קהל ומוסדות בעלזא אין שטאט. און זיך גאר שטארק באדאנקט פאר די עסקנים פאר זייער לייסטונגען לטובת הכלל והפרט.
דאן האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איבערגעגעבן א מתנת קודש פארן געטרייער עסקן און נגיד ר' מענדיל רייך, אשר ידיו רב לו בעסק הבניה ארויסצוהעלפן די בעלזא קהילות און מוסדות, דער רבי האט אים געשאנקען א לעדערנע מחזור אויף ראש השנה, און ווארעם געוואונטשן ברכות לרוב.
Comments