top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' בהעלתך - י"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות

 

הגדולים בסוד שיח • אן אינטערעסאנטע זיצונג איז פארגעקומען די וואך דינסטאג נאכט אינעם פריוואטער צימער פון ר"י חברון הגאון רבי דוד כהן, ווען הגאון רבי מ"ה הירש שליט"א איז געקומען זיך דורכרעדן מיט רבי דוד כהן, א שמועס וואס איז געווען צווישן 4 אויגן פאר צוואנציג מינוט, ווי מען האט דורך געטוהן די עתיד פון די הנהגה אין די ליטווישע עולם התורה, נאך די פטירה פון הגאון ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל. די בילד איז גענומען געווארן דורכ'ן פענסטער פון א שכן.

כילנו למחאה אדירה • נאך עטליכע חדשים איז די בוי ארבעט אויפן רכבת הקלה די טעג צוריק באנייט געווארן, צום ווייטאג פון די יקירי ירושלים וועלכע שטעלן זיך קעגן דעם פראיעקט. אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע כ"ק האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א ביים ארויסגעקומען מוחה זיין אויף רחוב בר אילן אין ירושלים.

לקראת נסיעתו • א משלחת מחסידי סטריקוב האבן די וואך באזוכט במעונו פון הגאון הגדול מרן ראש הישיבה רבי דוב לאנדא שליט"א איידערן ארויספארן קיין אמעריקע, און איבערגעגעבן פארן ראש ישיבה די ספר פון זקינו האדמו"ר הזקן מסטריקוב זיע"א וואס האט געהאט געזאגט אז די ספר איז א סגולה פאר ווען מען פארט אויף די וועגן, די רה"י האט ערהאלטן דעם ספר מיט א קענטיגע הנאה אין געוואונטשן ברכות לרוב.

החתן הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א איז היינט צופרי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין די בעלזא שטיבל 'בית אביגדור' אין די רובע ו' געגענט אין אשדוד, ווי ער איז נתכבד געווארן מיט הוצאה והכנסה און די עליה פון שלישי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לקח אין ברוינפן שטייענדיג נאך אין די שבעת ימי המשתה פון די חתונה הגדולה, עס האט זיך אויך באטייליגט זיין ברידער הרב ר' חיים מאיר רוקח שליט"א‌‎.

קרישקעס האט די וואך באמערקט דער בעלזא'ער חתן הרב ישראל מנחם נחום שליט"א מתפלל זיין ביים שריד בית מדרשינו דער כותל המערבי לקראת יום חתונתו.

דער מלכות'דיגער שטר כתובה וואס איז געדריקט געווארן לרגל די חתונה הגדולה די וואך בשמחת בית בעלזא, והנה זה לפניכם, מערקט אויפן פאדערשטן דעקל די גימטריא פונעם חתן'ס נאמען "ישראל מנחם נחום" וואס באטרעפט "תשפ"ג".

ביים מעמד החופה די וואך בשמחת בית בעלזא האט קרישקעס באמערקט א פאטאגרעפירער שטיין אין די הייך אויפן דאך פונעם גרויסן בעלזא'ער בית מדרש אין קרית בעלזא מיטן ציל צו כאפן גוטע בילדער פונעם גאנצן ציבור.

האדמו"ר מספינקא אויפן וועג גייענדיג צו מתפלל זיין ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי.

שמירת עיניים • דער בארימטער משפיע הרה"צ רבי צבי מאיר זילברברג שליט"א וואס איז די וואך אנגעקומען אויף א מסע חיזוק קיין אמעריקע, איז אין לופט-פעלד צוגעדעקט געווארן מיט א טלית על ראשו מקפיד צו זיין אין שמירת עיניים נישט נכשל צו ווערן חלילה.

בסוד שיח • א העפליכע שמועס ביים מעמד קבלת פנים בשמחת בית גארליץ צווישן כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א אין הגה"צ רה"י וויז'ניץ שליט"א אינאיינעם מיטן מחותן דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.

כיצד מרקדין לפני הכלה • הרה"צ המקובל רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א ביי מצווה טאנץ די וואך, ווי דער רב טאנצט מיט הדסים כמנהגו, מיט א טישטעך אויסגעלייגט אויף די ערד טאנצנדיג אן שיך.

הגאון ראש הישיבה רבי שאול אלתר שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די נפלאות הבורא ביי א חופה די וואך אין דרום ארץ ישראל פון א זוהן פון הרה"ח ר' מרדכי לב מחשיבי ק"ק פני מנחם.

ביקר חולים • ווי אויך האט דער ראש הישיבה די וואך מבקר חולה געווען ביי דער 'ש"ס איד' הגאון ר' ראובן פרידמן שליט"א לרפו"ש נאך א סטראק וואס ער איז ליידער אריבער, ירפאהו ה' במהרה וישלח לו רפואה שלמה אמן.

מכתב קודש • ווארעם-הארציגע מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א פאר תושבי לאס אנדזשעלעס יע"א, נאכפאלגענדיג דער דערהויבענע באזוך פונעם רבין שליט''א אין לאס אנדזשעלעס דעם פארגאנגענע שבת במדבר העעל"ט.

מנחם שפירא סגן ראש העיר פון שטאט בני ברק האט די וואך באזוכט בקודש פנימה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א לרגל די בר מצוה פון בנו החתן, ווי די רבי האט געשאנקען די ספר עטרת ישראל פארן בר מצוה בחור, אין דערביי אליין אריין געשריבן א הקדשה.

מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ביי א מסיבת לחיים נעכטן אין שטאט וויליאמסבורג לרגל די שידוך שליסן פון החתן א זוהן פון הרב משה פסח הירשלר מגדולי עסקני וויז'ניץ אין לאנדאן מיט א טאכטער פון הרב ר' אברהם בערקאוויטש מנהל התלמוד תורה אין וויליאמסבורג.

בנאות דשא • כ"ק אמו"ר מלעלוב שליט"א אין א שמועס מיט זיין שוואגער אב"ד לובלין בנאות דשא אין זיין גארטן בשכונת וואדבערי דזאנקשען בגלילות קרית יואל.

נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא ארויף מבקר חולה זיין ביים זקן ראשי ישיבות אין אמעריקע הגאון רבי שמואל קמניצקי שליט"א, ווי די ראשי הישיבה האבן פארברענגט אינאיינעם פאר א לענגערע צייט בדברי תורה.

נעכטן נאכט ביים לעצטן שמחת השבע ברכות לבן האדמו"ר משענדישוב שליט"א וואס איז פארגעקומען בהיכל בית מדרשו אין שטאט מאנסי האט זיך משתתף געווען צווישן אנדערע מחותנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס וויילט די טעג אין ניו יארק לרגל א שמחה אין די משפחה.

א גרופע בעלזא חסידים האבן היינט מוחה געווען ביי די בנין פון די ירושלים'ע שטאט-ראט קעגן די פרצה פונעם נייעם שמגר סענטער וואס האט זיך געעפענט אין קרית בעלזא קעגן דעם דעת תורה פונעם בית דין צדק דקהל מחזיקי הדת בעלזא.

די וואך ביים שמחת החתונה בשמחת בית וויז'ניץ - סקווירא וואס איז פארגעקומען אין שיכון סקווירא מיט די השתתפות פונעם געהויבענעם סבא קדישא מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, האט קרישקעס באמערקט דעם רבי'ס הויז-בחור החתן יוסף שמעון שעכטער ביי די ריקודין לפני הכלה דורכן זיידן האדמו"ר מסקווירא.

בקודש פנימה • דער בארימטער פאטאגרעפירער א. אייזנבאך האט קרישקעס באמערט בקודש פנימה ביי המשפיע הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מברסלב ווי די רב האט אנגעווינטשן מיט ברכת לרוב אין פיל הצלחה אין סייעתא דשמיא אויף ווייטער.

בשליחות הקודש • לקראת די שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא איז א משלחת בראשות הרה''ג ר' יהושע גרינוולד שליט''א דיין אין קרית גת אין הרה''ג ר' משה פריד שליט''א ושלוחא דרבנן הר''ר אהרן קליין חבר מועצת העיר קרית גת אנגעקומען אנלאדענען כ''ק אדמו''ר ממיאלען שליט''א צום דערהויבענעם שמחת בית בעלזא בשליחות בית כ''ק מרן אדמו''ר מבעלזא שליט''א.

די לעצטערע צוגרייטונגען דורך איחוד הצלה איידערן גרויסן שמחת החתונה בשמחת בית גור די וואך.

הגאון ר' דוב לאנדא וועלכער האט געזאלט אפרייזן מיט א העליקאפטער פון מאנסי קיין לעיקוואד איבערצוגעבן א שיעור, האט למעשה נישט געקענט פארן מיטן העליקאפטער צוליב די שווערע רויעך וואס האט באטראפן די ניו יארקער הימלען די וואך, דער ראש ישיבה איז געפארן מיט א באקוועמע קאר אין באגלייטונג פון פאליציי צו פארגרינגערן און פארשנעלערן דעם לאנגן וועג.

ענווה פון גדול הדור • אן הערליך אינטערסאנטער ווידיאו ווערט פארשפרייט אין די טעג נאכן ריזן מעמד 'אדירי התורה' ווי מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א בעת ווען ער איז אנגעקומען צום מעמד זעהענדיג אז מען האט אנגערייט א שענערע בענקל לכבודו האט ער זיך נישט געוואלט זעצן ביז מען טוישט צוריק צו די נארמאלער בענקל אויף וואס אלע אנדערע זיצן - קרעדיט נתי קאליש.


אין אנדערע נייעס האט הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת רשב"י וועלכע איז געקומען זיך באטייליגען ביים גרויסן מעמד אדירי התורה, האט ביים שלוס פון זיין דרשה - קודם אין אידיש און דערנאך באזונדער אין ענגליש - ארויסגעברענגט זיין טיפן צער איבערדעם וואס פילע עלטערע מיידלעך זיצן נעבעך און ווארטן פאר זייער באשערטן, צו דעם האט ער נאכגעזאגט פון זיין שווער הגאון הגדול הרב שך זצ"ל אז בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג איז א סגולה געהאלפן צו ווערן מיט א זיווג הגון. דער ראש ישיבה וויסענדיג אז נישט אלע באטייליגטע ביים מעמד קענען א גוטע אידיש, אין זייער מאמע לשון איז ענגליש האט ספעציעל געחזרט די שורות אין ענגליש, כדי ארויסצווייזן מיטלייד מיט די וועלכע זענען מצפים לישועה, און זיי זאלן בעסער פארשטיין וואס מען רעדט.

די וואך ביים ריזן שמחת החתונה בשמחת בית בעלזא האט קרישקעס באמערקט דעם בארימטן פאטאגרעפירער בחצר הקודש בעלזא אנשיל בעק ביים מאכן בילדער פונעם שמחת החתונה אין דעם ריזן ארנה סטעדיעם.

שמחת בית פרמישלאן אשלג...

די מידיע אין ארץ ישראל ביים באריכטן די צוויי גרויסע שמחת החתונות בשמחת בית בעלזא, אין גור, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם זעלבן טאג במקהלות רבבות אלפי חסידים.

מנהלי בית לפליטות • די וואך נאכן הערליכן מעמד פאר די קינדער פונעם בארימטן 'בית לפליטות' ארגענאזאציע האט קרישקעס געזעהן הרה"ח המפואר ר' משה יונה ראזנפעלד שליט"א, ובנו הר"ר חיים אלעזר שליט"א מנהל בית לפליטות ביים כאפן פרישע לופט ביים ענדע פונעם סוקסעספולער מעמד.

האדמו"ר מבישטינא פארברענגט מיט האדמו"ר מליזענסק טבריה די וואך נאך תפילת שחרית בעיר הקודש טבריה.

צווישן די פילע משתתפים ביים שמחת החתונה די וואך בשמחת בית תולדות אהרן - טאהש - קרעטשניף וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר במקהלות רבבות חסידים אין בית המדרש מכנובקא בעלזא אין בני ברק האט קרישקעס באמערקט צווישן אנדערע דער פאטאגרעפירער שלום קרויס פון תולדות אהרן ביי די עבודת הקודש.

חרם אנג'ל |מכתבי פיוס • קרישקעס האט די וואך באמערקט ביי די שבעה זיצן נאך די פטירה פון מרן הגאון הגדול רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל צווישן אנדערע מנחם אבל זיין די אייגנטומער פון די אנג'ל בעקעריי אין ארץ ישראל, וואס האבן די וואך באזוכט אין די שטוב פון הגאון הגדול רבי גרשון איידלשטיין זצ"ל, צו 'מנחם אבל' זיין די קינדער, און זיך אנטשולדיגן אויף די פראטעסט קעגן זייער פאטער. אין וועלכע ער פארענטפערט זיך אז ער האט נישט געמיינט פוגע צו זיין בכבודו פונעם ראש ישיבה זצ"ל, די קינדער פונעם ר"י זצ"ל האבן אנגענומען די איבערבעטונג. ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל פירן א בויקאט מערכה קעגן די בעקעריי די לעצטערע וואכן צוליב וואס געוועזענער ח"כ און אנג'ל בעקעריי אייגנטומער עמר בן לב האט אנטיילגענומען ביי א פראטעסט קעגן דער ראש ישיבה זצ"ל. די בעקעריי איז אויך ערשינען מיט א מונדליכער אנטשולדיגונגס בריוו. די פירמע האט געליטן גרויסע שאדנס דורכאויס די חרם, און האבן געדארפט אפשפארן עטליכע לאקאציעס אפזאגן הונדערטער ארבעטערס ווי אויך האבן זייערע סטאקס געהאלטן אינאיין טראסקענען אויפן מדינת ישראל סטאק מארקעט.

די בריוו וואס אנג'ל בעקעריי האט געשיקט פאר די פאמיליע פון דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי גרשון איידלשטיין זצ"ל, ווי זיי אנטשולדיגן זיך.

די אנטשולדיגונג בריוו פון אנג'ל בעקעריי ווערט געזעהן אויפגעהאנגען אויף די גאסן אין ארץ ישראל.

אן הערליך שיין אפגעמאלן בילד פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זיע"א.


Comments


bottom of page