top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פארשטייער פון אלע קהילות הקודש אין ארץ ישראל זיך צוזאמגעקומען: מירון תשפ"ד אויפן אגענדע

מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


צענדליגער פארשטייער פון אלע גרויסע קהילות קדושות אין ארץ ישראל זענען זיך צוזאמגעקומען שער וואך אויפן פארלאנג פונעם שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש ממונה אויף די הילולא ל''ג בעומר אין מירון, און דער אויפזעהער פונעם פראיעקט ר' יוסי דייטש. דער אסיפה איז פארגעקומען אין די בני עקביא זאלן אין מירון מיט דער מטרה צוריק צו הערן פון דעם עולם אויף וואס איז פאראיבער, הן לגבי די שטחים פאר די הדלקות, די טראנספארטאציע, גדרי הצניעות און אלעס ארום. ווי אויך זענען די פארשטייער פארבעטן געווארן, איבערצוגעבן עצות צום וועד און מען וועט עס אינאכט נעמען אויף די קומענדיגער יאהר ל''ג בעומר תשפ''ד. די פילע עסקנים האבן פה אחד ארויסגעברענגט די אויסטערלישע הצלחה בליעה"ר למעלה מן המשוער, און האפן אויף ווייטער אין די קומענדיגע יאהרן אז אלעס זאל זיך פירן ריכטיג, על מי מנוחות.

bottom of page