top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הארצרייסענדע פערטע לויה ביי משפחת דייטש פון שיכון סקווירא

א טראגעדיע וואס איז שוין נישט געווען יארן!

הימל און ערד וויינען נאך די אויפטרייסלנדע, אומבאגרייפליכע טראגעדיע וואס האט ר"ל באטראפן א חשוב'ע משפחה, ווען אויפ'ן פרייליכן וועג צו א חתונה איז נהפך געווארן די שמחה צו א צרה פון אמגעווענליכע פראפארציעס, מיט דריי טייערע נפשות וואס זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן, און אנדערע משפחה מיטגלידער וועלכע ראנגלען זיך נאך פאר זייער לעבן.


שבת משוש לבנו, נהפך לאבל מחולינו! דא זיצט א פרייליכע משפחה מיט בגדי שבת אויפ'ן וועג צו א שמחה. אבער ליידער איז פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן איז די שמחה פארוואנדלט געווארן אין א פינסטערע און ביטערע טראגעדיע וואס מען קען נישט באגרייפן אין די וויסטע חלומות.


די 4 נפטרים מחשובי תושבי שיכון סקווירא זענען הרה"ח ר' ארי' שמואל דייטש ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 46 יאר; זיין טייערע אשת חיל אסתר ע"ה (היינט זונטאג אוועקגעריסן געווארן!); זייער איידעם האברך החשוב ר' שלמה בירנהאק ע"ה, אין טראגיש-אינגען עלטער פון 23 יאר, און זייער טאכטער הבתולה צפורה בת ר' ארי' שמואל ע"ה אין עלטער פון 20 יאר.


כלל ישראל רייסט ווייטער איין פאר די איבריגע מיטגלידער וועלכע האבן בחסדי השם איבערגעלעבט. טייל געפונען זיך נאך אין שפיטאל אין א קריטישן מצב, און אנדערע זענען אפגעקומען 'נאר' מיט צעבראכענע ביינער. דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף די צעריסענע משפחה און יעדן אהיימברענגען געזונטערהייט מיט אלע רמ"ח איברים ושס"ה גידים, פיזיש און גייסטיש. 


עס איז נישט דא די ווערטער ארויסצוברענגען די צער פון אונז אלע און פונעם גאנצן כלל ישראל, אבער ווי קען מען דען באגרייפן דעם אומגעהויערן צער און פארלוירנקייט פון די משפחה, וואס איז צעפליקט אויף שטיקער ה"י. אויפאיינמאל זענען ליידער געווארן 8 קיילעכיגע יתומים'לעך, אין צוגאב צו א טייערע אלמנה מיט 2 עופה'לעך; וועלכע דארפן אומגעהויערע כוחות און רחמי שמים זיך צו קענען צוריקשטעלן אויף די פיס, און אויך אסאך געלט!


לא עת לחשות! גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט אין א שטורעם מיט א זעלטענער אחדות און אחריות צו געבן די בעסטע שאנס פאר די אלמנות ויתומים פון משפחות דייטש-בירנהאק, זיך אויפצושטעלן פון דעם ביטערן קלאפ, אנגיין מיט'ן לעבן און זיך ערהוילן פיזיש און גייסטיש.


דער שטורמישער קאמפיין קומט פאר אין די יעצטיגע שעות, און פארלאנגט די ווארימע אנשליס פון יעדן איינעם מיט א אידיש הארץ. זייט אייך משתתף בצערתן של ישראל און העלפט אוועקשטעלן אן עתיד פאר די אלמנות ויתומים.


ומי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די, און מיר אלע זאלן אפגעהיטן ווערן מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה, און געבענטשט ווערן בכל משאלות לבנו לטובה.













Bình luận


bottom of page