דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות
א ספעציעלע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת בשמחת בית בעלזא, ווען פיר טעטיגע ארגענעזאציעס אינערהאלב די קהילות און מוסדות בעלזא ברחבי תבל האבן אפגעראכטן אינאיינעם א שבע ברכות לכבודו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און לכבודו פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי אבי החתן, וועלכער שטייט אין שפיץ פון די אלע אקטיוויטעטן לרומם קרן התורה והחסידות.
די שבע ברכות איז געווארן צוגעשטעלט דורך מרכז מוסדות בעלזא, אירגון דורתינו, אירגון משמרת החינוך וואס פארפיגט אויף אלע חינוך אנגעלעגנהייטן פון די מוסדות הקדושים און כלל חסידי בעלזא בארץ ובגולה, און דורך די נייע ארגענעזאציע "איחוד הקהילות בגולה", וועלכער איז אוועקגעשטעלט געווארן ארויסצוהעלפן די אלע בעלזא קהילות און בתי מדרשים איבער דער גארער וועלט, און שאפן א נאנטע קשר צווישן יעדע קהילה און דעם רבינ'ס שטוב, דורך איינער פון די אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איינגעטיילט לויט די שטעט.
די שבע ברכות איז געפראוועט געווארן אויף א גאר רייכע פארמאט אין א פראכטפולע זאל אין די הר חוצבים געגענט, וואו הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי האט באשיינט בראש המסובים, און אויפגעטרעטן מיט די משא המעמד. דורכאויס די מעמד האבן אויפגעטרעטן אלע אייניקלעך פונעם בעלזא רב, וועלכע האבן ארויסגעברענגט רגשי הלב מטעם די עסקני הקהילה, יעדער איינער פון זיין שטאט וואו ער טוט כסדר שטיין בקשר לרומם קרן הקהילה, הרב אברהם שמואל צבי אין בארא פארק, הרב אלימלך נתן נטע אין מאנטריאל, הרב חיים מאיר אין אנטווערפען, און הרב דוד אין לאנדאן.
נאך די רייכע סעודה לכבוד די שמחה, איז פארגעקומען לעבעדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט, ווען יעדער אייניקל האט געטאנצן מיט די חברי וראשי הקהילה והמוסדות פון די שטאט וואס ער פארטרעט בקודש פנימה ביים רבי'ן, און אזוי אויך האט דער חתן הרב ישראל מנחם נחום געטאנצן מיט די חברי וראשי הקהילה פון מאנסי, וואו ער איז ערווארטעט צו שטיין על המשמר בקשר מביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן.
ווי באקאנט איז אין די לעצטערע יארן פארגעקומען א רייע נסיעות דורך די בעלזא אייניקלעך צו מחזק זיין די קהילות איבער די וועלט, הרב אברהם שמואל צבי האט שוין אפגעשטאט א געהויבענע באזוך בקרב חסידי בעלזא אין שטאט בארא פארק, און האט אפגעשריבן א שיינע בריוו פאר די קהילה אין בארא פארק לקראת די ימים הנוראים היי יאר. הרב אלימלך נתן נטע האט שוין אפגעשטאט א געהויבענע באזוך בקרב הקהילה אין מאנטריאל, און הרב חיים מאיר האט שוין אפגעשטאט א געהויבענע באזוך בקרב הקהילה אין אנטווערפען, וועלכער האט גאר שטארק געהויבן די קשר צווישן די בני הקהילה און דעם רבינ'ס אייניקל, וועלכע טוען כסדר אינזין האבן די חברי הקהילה בקודש פנימה.
Comments