top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געטראפן היסטארישע כלים פון הרה"ק מצאנז זי"ע

 

א גרויסע התרגשות הערשט ביי חסידישע היסטאריקער, נאכדעם וואס עס איז געטראפן געווארן א גרויסע אוצר מיט זילבערנע כלים אין שטאט צאנז. א גרופע ארכעלאגן וואס טוהן פארש ארבעט אין שטאט צאנז, האבן נעכטן זונטאג געגראבן הארט נעבן ביתו נאוה קודש פון הרה"ק מצאנז זי"ע ווען פלוצלינג איז אנדעקט געווארן פאר זייערע אויגן א היסטארישע אוצר פון זילבערווארג, צווישן זיי: א זילבערנע שטעקן, א זילבערנע וויין-פלעשל, א זיבלערנע בעכער, א סטעמפל, לעפלעך, גאפלעך און עסצייג.  דערווייל איז נאכנישט באקאנט אויב די כלים זענען פאקטיש באנוצט געווארן דורכ'ן סאנזער רב, אבער ס'איז זיכער באנוצט געווארן דורך איינע פון זיינע קינדער פאר'ן קריג. לויט ווי עס געבן איבער די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון ב"פ געהערן די כלים צו זייער זיידע הרה"ק ר' מרדכי זאב זצ"ל וועלכע איז געווען דער לעצטע רבי אין צאנז פאר'ן קריג און ער האט באהאלטן די כלים ביים צווייטן וועלט מלחמה. אין די קומענדיגע טעג וועלן צוויי שלוחים פון האדמו"ר מצאנז שליט"א אראפפארן צום שטאט צאנז און פרובירן צוריקצובאקומען דעם אוצר וועלכע געפונט זיך יעצט אונטער די בעלות פון די ארטיגע מיוזיעאם און לויט זיי געהערט דאס בירושה פאר כ"ק אדמו"ר מצאנז זי"ע. אזוי אויך וועלן זיי קענען קלארשטעלן לויט פארשידענע ראיות אויב די כלים זענען חפצי קודש פון הרה"ק מצאנז זי"ע.



Comments


bottom of page