דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט אן אומבאגרעניצטע התרגשות און עקסטאז האבן הונדערטער חסידי סאטמאר אין מאנסי חברי הקהילה ומתפללי ביהמ''ד היינט פארמיטאג מיטגעהאלטן די מאסיווע הרחבת גבולי ההוראה ווען כבוד התורה האט זיך אפגעשפילט מיט אירע שענסטע פארבן ביים מעמד התמנות הדיינים אין ק''ק ויואל משה סאטמאר אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ובראשם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די אומגלויבליכע בליה און וואוקס פון די סאטמארער קהילה אין מאנסי האט געברענגט א שטארקע געברויך צו פארברייטערן די גבולי ההוראה לטובת די הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר חברי הקהילה. מיט א בליק אויף פאראויס האט די הנהלת הקהילה אין די פארגאנגענע יאהרן אינאיינעם מיט די הנהלת הכולל אהערגעשטעלט עטליכע קבוצות להוראה פון חשובע תלמידים מופלגים וועלכע זענען ראוי לאותו איצטלא לדון ולהורות, און במשך די לעצטע יארן האבן די חשובע רבני הכולל אריינגעלייגט א יגיעה רבה זיך משלים צו זיין מיט די ריכטיגע שימוש והדרכה. אצינד איז געקומען די פריידיגע מאמענט ווען די ערשטע חבורה פון חשובע מורי צדק האבן זוכה געווען לברך על המוגמר און זענען אין א מזל'דיגע שעה באקרוינט געווארן לעמוד ולשרת בקודש לדון ולהורות דבר ה' זו הלכה. ביים הערליכן מעמד בהיכל בית מדרש הגדול סאטמאר אין מאנסי מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער רבני ולומדי הכולל האבן צום ערשט אויפגעטראטן די דיין הקהילה הרה"ג ר' שמעון כץ, און די ראש הכולל הרה"ג ר' יוסף ברוך יונגרייז, דאן האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט''א, און מען האט געהערט דברי ברכה פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט''א לכבוד המאורע. די רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן די דיינים און משמיע געווען דברות קדשו און משלב געווען דעם ענין פון התמנות הדיינים בפרשת השבוע, און ארויסגעברענגט אז א דיין דארף זיך אוועקגעבן אפילו עס קומט אן שווער, און ארומגערעט בשבח הקהילה און מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב שליט''א און פאר די דיינים, דערנאך האבן אויפגעטראטן די ראשי הקהילה הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין און הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש. די זעקס נייע דיינים וואס זענען אויפגענימען געווארן, הלא המא: הרה"ג ר' יוסף שמעי' דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יחזקאל דייטש שליט"א אב"ד מקור חיים, הרה"ג ר' מרדכי דוד אבראהאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' נחום אבראהאם שליט"א מבארדיטשוב, הרה"ג ר' אשר שמואל כ"ץ שליט"א, זון פונעם דיין הקהילה הגה"צ ר' שמעון כ"ץ שליט"א, הרה"ג ר' הלל ראזענבערג שליט"א, הרה"ג ר' שלמה זלמן גראסמאן שליט"א, און הרה"ג ר' אברהם יצחק שטיינמעטץ שליט"א.
Comments