דינסטאג פ' ויגש • ז' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטן געהויבענע מעמד הדלקת נר חנוכה איז פארגעקומען על אדמת רוסלאנד אונטער די גראטעס פון די עלטסטע תפיסה אין די וועלט, וואו הרב הגאון ר' בערל לאזאר דער הויפט רב פון רוסלאנד האט צונויפגענומען צענדליגע אידישע ארעסטאנטן אין די טורמע קאמפלעקס און געפראוועט א געהויבענע מעמד מיט התרגשות דקדושה לכבוד די ימי החנוכה די ימי אורה ושמחה. די התרגשות'דיגע מעמד איז פארגעקומען די אכטע לעכטל חנוכה בליל זאת חנוכה, אין די טרויעריג בארימטע בוטירסקי טורמע, וואס ווערט פארצייכנט אלס די עלטסטע דינענדע טורמע אין די וועלט, וואס שטייט שוין איבער צוויי הונדערט און פופציג יאר. אין דעם תפיסה זענען האבן געשמאכטעט די הייליגע סלאוויטע ברידער, פון די באקאנטע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט בימים ההם ווען עס איז געלייגט געווארן א בלבול אויף זיי אין די סלאוויטע דרוקעריי, די מעשה וואס האט זיך געענדיגט מיט א מורא'דיגע קידוש השם ווי ברייט באקאנט.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן ווען דער הויפט רב פון רוסלאנד הרב בערל לאזאר אינאיינעם מיט נאך רבנים און עסקנים, זענען אנגעקומען צום טורמע קאמפלעקס צום באשטימטן צייט, און געווארן אפגעווארט דורך די הויכראנגיגע באאמטע פון די תפיסות, צוערשט איז געווען תפילת מנחה און קריאת התורה, און דאן האט מען געלייגט תפילין פאר די אידישע אנוועזנדע. דערנאך האט דער הויפט רב אויפגעטרעטן מיט א ווארעמע דרשה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דינען דעם אויבערשטן אונטער שווערע אומשטענדן, און אז מ'דארף שטענדיג ארויסקוקן און האפן אויף א בעסערע עתיד. דערנאך איז געצינדן געווארן די ליכטעלעך מיט גרויס התעוררות, און דער הויפט רב הרב בערל לאזאר האט זיך הארציג באדאנקט פאר די טורמע באאמטע פארן צושטעלן דעם מעמד ברוב פאר והדר, און באזונדער פארן שענקן ערלויבעניש פאר די אידישע ארעסטאנטן צו צינדן חנוכה ליכט יעדע נאכט פון די ימי החנוכה, און ערלויבן שמירת התורה והמצוות אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.
Komentarze