מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
דעם דינסטאג חול המועד סוכות איז געפייערט געווארן די חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק, נדבת הרה"ח ר' חיים נטע דאווידאוויטש לעילו נשמת אביו ע''ה, די תהלוכת הספר תורה איז ארויס פונעם בנין ביהמ"ד הישן אויף 48 ביי 15 וואו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה צום ביהמ"ד בקול שירה וזמרה והמון חוגג. בשעת די ריקודין אין ביהמ''ד איז די רב שליט"א ארומגעגאנגען אין אריינגעשיקט די בחורים פון ארץ ישראל צו טאנצען און א רינג, אין דערנאך האט די רב שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
ביינאכט איז פארגעקומען דעם עריכת שולחן הטהור אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה ביי וועלכן די רב האט אויפגעטראטן מיט'ן דרוש לנתינת ספר תורה כנהוג, און משבח געווען דעם נדבן הספר תורה.
Comments