top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם מסיבת לחיים לרגל שידוך שליסן פון אייניקל ביי האד' מוויז'ניץ ירושלים מיט החתן נכד ר"י וויז'ניץ

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מלכות ויז'ניץ בטלגרם


כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ ירושלים שליט''א וואס איז צוגאסט די טעג באין ארץ ישראל, איז היינט אויפדערנאכט אנגעקומען קיין בני ברק וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון - די שידוך וואס איז געשלאסן געווארן דעם זומער פון אן אייניקל ביים וויז'ניצער רבי'ן שליט''א פון ירושלים די כלה א טאכטער ביי בנו הרב חיים מאיר האגער, מיט די חתן אן אייניקל פונעם וויז'ניצער ראש ישיבה הגה''צ רבי מנחם ארנסטר שליט''א א זוהן פון בנו הרה''צ רבי ישראל ארנסטר. די שמחה איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון הרה''ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זי''ע אין קרית וויז'ניץ מיט די השתתפות פון די זיידע'ס אין מחותנים אין דער פעטער מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א וואס האט באשיינט די שמחה.


די אדמור''ים שליט''א האבן זיך ווארעם באגריסט, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה אין עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס איבער זכרונות בצלו פונעם הייליגן 'אמרי חיים' זי''ע. נאכן מעמד לחיים איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ ירושלים שליט''א אנגעקומען אויף א תפילה אינעם אהל הק' פון אדמור''י בית וויז'ניץ אין בני ברק וואו די רבי האט מתפלל געוועהן לישועת הכלל והפרט שטייענדיג אין די ימי הרחמים והסליחות.














Comments


bottom of page