top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ווידיאו • מעמד חלוקת מעות פאר די לומדי מבצר הכוללים ד'סאטמאר דורך האד' מסאטמאר

פרייטאג פ' עקב -י"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות


דעם מיטוואך איז פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א א מעמד 'חלוקת מעות' נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, ווי עס איז פארטיילט געווארן קרוב צו א האלב מיליאן דאלער פאר עטליכע קבוצות רבני ולומדי הכוללים אין קרית יואל און וויליאמסבורג, נאכן זיך פארהערן אויף פארשידענע מקצועות געלערענט במסגרת הכולל, די מעמד איז געוועהן מיט די השתתפות פון די ראשי הכוללים אין הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א.


מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די געלט פאר די רבני ולומדי הכולל, אין געטרינקען לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לומדי תורה און מסיים געווען בדברי ברכה אז מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין נאך מקצועות.

Opmerkingen


bottom of page