top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עסקנים נדיבים וידידים פון "רופא חולים RCCS" מיטגעהאלטן ימי התעלות אין אתרא קדישא מירון

דינסטאג פ' האזינו א' • כ"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן


הונדערטער עסקנים, נדבים וידידים פון די הייליגע "רופא חולים RCCS" ארגאניזאציע האבן די וואך מיטעגהאלטן געהויבענער טעג אין אתרא קדישא מירון אנגעהויבן מיטן מעמד קבלת פנים אין שפיץ פון הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א נאכגעפאלגט מיט דער מעמד "רחמים שאלי", וואו די "כלל ישראל שלוחים" האבן אינאיינעם מתפלל געוועהן אין דעם גרויסן עת רצון ליל שישי פ' נצבים וילך, ביי דעם הייליגן מעמד בתשובה תפלה וצדקה, וואו הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א האט משמיע געוועהן דברי כבושין שטייענדיג הארט פאר די ימי הרחמים והסליחות און ראש השנה תשפ"ד.


דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים לכבוד התנא האלוקי, און פועל'ן מיט שמחה אלעם גוטן, אין אויסגעבטן א גאנצע רפואה פאר די חולי ישראל אז זיי זאלן בקרוב ובניקל זוכה זיין צו א גענצליכע רפואה און קענען פראווען א פרייליכע סעודת הודאה בתופים ובמחולות.










































































































Comments


bottom of page