זונטאג פ' כי תבוא - י' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
אין עיה''ק ירושלים ווערן אצינד געמאכט מאסיווע צוגרייטונגען צום מארגנדיגער מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פון כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א וואס טוט אונטערנעמען א קורצע מסע קודש קיין ארץ ישראל מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים אין מחזק זיין קהל עדת צאן מרעיתו. טראץ וואס די נסיעה איז געמאלדן געווארן מיט בלויז געציילטע טעג צוריק האט זיך פארמירט א וועד העסקנים וועלכע טוען אויסארבעטן די לעצטע צוגרייטונגען פון די מעמדי התפילה ביי די מקומות הקדושים אין אלע מאורעות נשגבות ברוב פאר והדר.
באזונדער זעהט זיך אן די הכנות ביים גיגאנטישן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח הענקי ביים מתחם שנלר אינעם הארץ פונעם היימישן געגנט אין ירושלים וואו עס וועט מארגן מאנטאג אויפדערנאכט פארקומען דער פייערליכער מעמד "קבלת פנים" במקהלות עם, תלמידי וחסידי צאנז קלויזנבורג בארץ הקודש און אלפי תושבי ירושלים היראים והחרדים לדבר ה', ובראשם אדמור''ים ורבנים מנהיגי קהילות הקודש וועלכע וועלן מקבל זיין ברגשי קודש דעם מנהיג עדת ה' ורבן של ישראל.
דער שאטער וועט ווערן איינגעריכט מיט אלע פאסיגע צוגרייטונגען, ס'זאל זיין צוגענגליך און געניט אויסגעשטעלט מיט טויזנטער זיצן און שטיי–פלעצער אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס, אין א בימת הכבוד וואו עס וועלן געזעצט ווערן די חשובע אדמור''ים ורבנים שליט''א.
דער קלימאקס און הויכפונקט פונעם באזוך וועט זיין ביים מעמד קבלת פנים, ווי די רבי שליט''א ועוט דערביי משמיע זיין די צענטראלע דרשה פון דעם ביקור הקודש, בקול ה׳ בהדר, דברי חיזוק אין דער חובת השעה בדברים הצריכים חיזוק אין בדברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון.
נאכן מעמד וועט זיין א געלעגנהייט דורכצוגיין שלום נעמען, וואו די סדרנים אין עסקנים וועלן שטיין על המשמר אז יעדער זאל קענען דורכגיין אן צו דארפן צוקומען צו א שטופעניש.
אָנגעהויבן פון דעם מעמד קבלת פּנים וועט זיך אָנהייבן דער "יומא אריכתא", איין לאנגער קייט פון הערליכע מאורעות, מסיבות און מעמדים, וואס וועט פארקומען בראשות פונעם רבי'ן שליט''א, וואס וועט זיין ווי איין גרויסער יום טוב פאַר'ן ציבור תלמידי וחסידי צאנז קלויזנבורג תושבי ארץ הקודש.
Comments