דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם דינסטאג חול המועד איז כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט''א אין א היסטארישע שריט ארויסגעפארן צום נייעם ביאלא שטעטל מעלה עמוס בשכינות פון ירושלים, וואו די רבי האט געפראוועט דעם שמחת החג אין שמחת בית השואבה בקרב חסידיו, די רבי איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון א גרויסער צאל חסידים פון ירושלים אין אנדערע שטעט וועלכע זענען ארויסגעקומען מחזק זיין דעם נייעם יישוב דחסידי ביאלא.
Comments