מיטוואך פ' פינחס - ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
ככלות השלשים צו די פטירה פון הרב עזריאל בערגמאן ז"ל איז זיין פאטער יבדלחט"א הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב''י ארויף צום ציון אויפן בית החיים אין אלעד און געבעטן מחילה. מיט א חודש צוריק איז דער גאון געווען אינטערוועגנס קיין אמעריקע צו אדרעסירן דעם מעמד אדיר 'אדירי התורה' פון ביהמ"ד גבוה אין לעיקוואד, אבער ווי נאר דער עראפלאן האט געלאנדעט, איז ליידער אנגעקומען די ביטערע בשורה איבערן פטירה פון זיין זון ר' עזריאל, אויפן ראט פון זיין דאקטאר איז דער גאון פארבליבן אין אמעריקע אין דארט געזעצן שבעה, און על פי הוראת הרבנים פון די ראשי ישיבות אין לעיקוואד האט דער ראש ישיבה אדרעסירט די צענדליגער טויזענטער ביים מעמד אדירי התורה. אצינד נאכן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל איז ער אנגעקומען צום ציון ווי ער האט געזאגט דברי הספד אין געבעטן מחילה.
Comments