דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שלומי טריכטר
אין די יעצטיגע טעג האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש אין שטיצע פון די בארימטע ארגענעזאציע רופא חולים RCCS וואו דער רבי ברענגט ארויס זיין פערזענליכע איבערלעבעניש, וואו ער האט מיטגעהאלטן די פעולות חובקות זרועות עולם פון די חשובע ארגענעזאציע.
דער רבי שליט"א הייבט אן דעם בריוו עת לעשות ולדבר בשבח המוסד הקדוש רופא חולים RCCS, טראץ וואס מען קען נישט ארויסברענגען זייער געוואלדיגע גרויסקייט און די פעולות וואס איז מפורסם איבער די גאנצע וועלט, אבער וויבאלד אין די לעצטע תקופה פגעה בי מידת הדין לא עלינו, בין איך געווען א נאנטער עד צו זייער געוואלדיגע ארבעט, און די אומבאשרייבליכע הצלה און הילף וואס זיי געבן פאר חולי ישראל וואס זענען נעבעך קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, דעריבער איז נישט קיין צייט צו שווייגן, נאר צו בעטן פון אלע ידידים און חסידים צו קומען צו הילף פאר דעם הייליגן מוסד, בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען עס קומט פאר א גרויסע קאמפיין איידער די ימים נוראים.
דער רבי שליט"א ברענגט ארויס די געוואלדיגע פעולות וואס די חשובע עסקנים לייגן אריין צו שאפן די נויטיגע אינשורענס פאר חולי ישראל, וואס קען אסאך מאל דערגרייכן אין אסטראנאמישע סומעס, צו קענען דעקן די פאנטאסטישע הוצאות רפואה, און אסאך מאל לעגאלע קאמפן צו פארזיכערן די בעסטע דעקונג פאר די בעסטע דאקטוירים.
דער רבי שרייבט ווייטער אז ער האט אליינס געזעהן אין די לעצטע תקופה א ספעציעלע אפטיילונג אין די ארגענעזאציע, פון חשובע עסקנים און מומחים בעולם הרפואה, וואס פארן ארום איבער די גאנצע וועלט צו רעדן מיט דאקטורים, און טרעפן נייע היילונגס מיטלען פאר די ביטערע מחלה, און זיי האבן שוין זוכה געווען צו ראטעווען פיל אידן ממות לחיים, אין א בחינה פון מצמיח ישועות.
דער רבי פירט אויס דעם בריוו, לזה שאלתי ובקשתי מעומק לבבי, נא לעזור להמוסד הנפלא שעזרו לי רבות במשך השנה הקשה שעבר עלי, והם עוזרים ומוסרים את עצמם לכל בן ישראל באשר הוא, ונא להשתתף בסכומים הגונים ונכבדים יותר מכפי יכולתיכם. און אין דעם זכות זאל דער אויבערשטער שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, און מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א שנה טובה ומבורכת.
האד' מקאסוב ביי א באזוך דעם זומער אין די נייע 'רופא חולים' הויפטקווארטיר אין וויליאמסבורג
Comentarios