מיטוואך פ' מטות מסעי - כ"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
אן אייגענארטיגע שבת התאחדות ווערט געפלאנט אויף דעם קומענדיגן שבת געאייגענט פאר די זקני חסידי צאנז פון אמעריקע, פון זעכציג יאר און עלטער, אין שפיץ פונעם חשובן גאסט הגה"צ אב"ד ור"ם צאנז ארה"ב שליט"א וועלכער איז די וואך אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בקרב בני קהילתו אין אמעריקע, אין וועט באשיינען די שבת.
די שבת התאחדות זכרונינו וועט פארקומען אין א פראכטפולע האטעל אין די קאנטרי, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען די עלטערע דור פון קהילות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזערזי, די שבת וועט געפירט ווערן דורכ'ן רב שליט"א וועלכער וועט איבערגעבן ברכתו הטהורה פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און אזוי אויך וועט מען הערן רייכע דרשות פונעם אורח הכבוד הרה"ג ר' אשר שווארץ שליט"א ראש כולל צאנז אין בית שמש.
דורכאויס שבת און סעודת מלוה מלכה וועט פארקומען א רייע אינטערסאנטע פאנעלן מיט עטליכע משמשים בקודש לפני ולפנים ביי הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, פארגעשטעלט דורך איש אמונו ונאמן ביתו הרה"ג ר' בנציון רייך שליט"א. און אזוי אויך וועט מען מיטהאלטן ביי מלוה מלכה א רייכע פרעזענטאציע טאטע קרוין פון פעולות צדיק לחיים פונעם רבי'ן זכותו יגן עלינו.
ספעציעל וועט זיין א גאר רייכע פראגראם פאר די נשים צדקניות די חשובע באבעס פון די קהילה, וואס וועט ווערן באשיינט פערזענליך דורך הרבנית הצדיקת מצאנז תליט"א, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און הרבנית אשת הגה"צ אב"ד צאנז ארה"ב שליט"א.
Comments