מונטאג פ' ראה - כ' אב תשפ"ג | קול בחצרות
היינט צופרי איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעפארן קיין טבריה בראש קהל חסידיו וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון זקנו הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי''ע אויפן איר אלטן בית החיים לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן נעכטן י"ט אב.
שוין נעכטן אויפדערנאכט האבן זיך הונדערטער בחורי הישיבות דחסידי אמשינוב צוזאמגענימען אין בית המדרש אין קרית צאנז טבריה און עוסק געווען בתורה פאר לענגערע שעות כהכנה דרבה, היינט צופרי זענען ארויסגעפארן באסעס פון אלע שטעט, אין ארום 10 אזייגער צופרי האט זיך כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעלאזט אין וועג קיין טבריה מיטן באס וואס איז ארויסגעפארן פון בית וגן צום עליה לציון.
ארום 1:30 נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויפן בית החיים און מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' פון די תלמידי הבעש''ט הק' דערנאך איז די רבי אנגעקומען זיך משתטח זיין אויפן ציון הק' פון זקינו דער בעל ההילולא ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער דריי שעה, ווי מען האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים. צוליב מאנגל אין צייט איז מען דאס יאהר נישט דורך ביים רבין מיט הזכרות, און שפעטער נאכמיטאג האט זיך די רבי צוריק געקערט למעון קדשו אין בית וגן.
Comments