זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות
היינט נאכמיטאג האט באזוכט אין שטוב פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט''א ראש ישיבת הרשב"י דער פאליטישע פירער אין חבר הכנסת בני גאנץ וועלכע איז געקומען זיך דורכרעדן וועגן דעם נושא פונעם 'חוק הגיוס' וואס איז אצינד עומד על הפרק, וואו ער האט פארגעלייגט פארן ראש ישיבה דורכצופירן דעם גיוס געזעץ מיט עטליכע פשרות אין קומען צו אן אפמאך, וואס דער ראש ישיבה האט שארף אפגעווארפן זאגנדיג אז מיר זענען נישט קיין בעלי בתים אויף די תורה אז מיר זאלן זיך קענען מפשר זיין אויף דערויף. דער ראש ישיבה האט צוגעגעבן אז אונזער כח איז נישט קיין וואפן אין נישט קיין שטחים, בלויז דער תורה הקדושה וואס האט אונז געהיטן אלע דורות וועט אונז ווייטער באגלייטן. ער האט אנגעוואונטשן דער פירער מיט הצלחה בלויז מקדש צו זיין שם שמים ברבים אין נישט דאס פארקערטע חלילה.
נאכן וויזיט ביים ראש ישיבה איז ער אריבער אויף א באזוך אין די ישיבת הרשב''י וואס שטייט בשניאותו פונעם ראש ישיבה.
Comments