top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר וועט משמיע זיין "שבת שובה דרשה" א' חוה"מ סוכות אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל

דינסטאג פ' וזאת הברכה • י"א תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטטמאר זקנים עם נערים רישן זיך מיטצוהאלטן די יערליכע "שבת שובה" דרשה וואס כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א וועט משמיע זיין, וואס איז היי - יאר באשטימט געווארן אויף מאנטאג, דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות, אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. דער סאטמאר רבי'נס "שבת שובה דרשה" גייט שוין צוריק צענדליגער יאהרן זינט ווען די רבי איז נתמנה ווערן על כס הרבנות, האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן משמיע זיין דער "שבת שובה" דרשה בין כסא לעשור, ווי דער מנהג ישראל מקדמת דנא.


היי-יאר, ווען עס איז אויסגעפאלן יום הקדוש בלויז איין טאג נאך שבת, איז די דרשה באשטימט געווארן אויף חול המועד סוכות, ווען ס'איז מער געאייגנט סיי פאר'ן רבי'ן שליט"א צו געבן די דרשה, ווען מ'קען רעדן אויף א מייק, און סיי איז דאס מער געאייגנט פאר'ן ציבור, זייענדיג דער זמן מיוחד וואס חז"ל האבן מתקן געווען אלס צייט פון עוסק זיין בתורה, און בכלל איז דאן ערמעגליכט פאר אלע תושבים, פון אלע געגנטער, נאנט און ווייט, צו מיטהאלטן די דרשה, אנדערש ווי ווען ס'איז אום שב"ק. די דרשה וועט פארקומען ווי געזאגט די ערשטע טאג חול המועד סוכות, עס וועט ווערן צוגעגרייט די מאקסימום זיץ פלעצער אין אלע היכלי ביהמ"ד הגדול און די פליגלען צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים, ביים זמן קהלה לכל, ווען טויזנטער תושבים טוען זיך צונויפזאמלען בהמוניהם, מיטהאלטנדיג בשעשועי אורייתא דעם פלפול נחמד און דרושים מתוקים אין די סוגיא וואס די רבי לערנט פאר אין די וואכן פריער אין ישיבה, ווען דערויף גייט ער אריבער צו מוסר ואגדה, מעורר צו זיין אויף דברים הצריכים תיקון און התחזקות והתעוררות פאר די ימים הנעלים.


Comentários


bottom of page