top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְגִילוּ צַדִּיקִים • שיינעם ציבור מיטגעהאלטן שמחת התנאים אין די הויפן פון מונקאטש - רודניק

מיטוואך פ' פינחס - ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי מונקאטש האבן פארגאנגענעם וואך זיך מיטגעפרייט בשמחתו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, לרגל דעם קישור החיתון און מסיבת תנאים פון אן אייניקל ביים רבי'ן, די חתם יונגסטער זון ביי בנו בכורו הגאון הצדיק ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, איידעם ביי הרה"צ החסיד רבי אלי' בצלאל טייטלבוים זצ"ל מטעטש, עב"ג הכלה די טאכטער פון הרה"ג ר' אפרים שלמה הלברשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א פון ב"פ, און איידעם ביי הגה"צ רבי אלי' בצאלאל קליין רב ודומ"ץ סאטמאר לעיקוואוד שליט"א.

דער שמחת התנאים איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג חקת- בלק און בית המדרש רודניק אין בארא פארק, בהשתתפותו פונעם גרויסן זיידן דער מונקאטש'ער רבי שליט"א, ווי הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפרייט בשירה וזמרה ובריקודין. צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער רודניק'ער רב שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן שמחה וואס ער האט אז ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט אזעלכע נאנטע קרובים. דערביי האט דער רודניק'ער רב שליט"א דערמאנט א בריוו וואס דער הייליגער צאנז'ער רב זי"ע – זיידע משני הצדדים – האט געשריבן צו זיין זון הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זי"ע, ביים שידוך שליסן פון זיין טאכטער מיט הרה"ק רבי משה ליב מסטריזוב זי"ע – זיידע פונעם חתן – ווען דער דאטום אויפן בריוו איז ה' קרח, דעם זעלבן טאג ווען דער איצטיגער שידוך איז געשלאסן געווארן מיט גענוי 150 יאר שפעטער.

דאן האט זיך די רבי שליט"א אויפגעשטעלט ליינען דעם תנאים. און נאכ'ן ברעכען טעלער איז מען ארויס אין א שמחה'דיגע טאנץ, דער רבי שליט"א האט צום ערשט געטאנצט מיטן חתן אליין און דערנאך מיט די מחותנים, זיידע'ס און אנשים מכובדים. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן דער רבי שליט"א וועלכע האט מיט א גרויס התרגשות של שמחה ארומגערעדט איבער די הבטחה וואס דער הייליגער צאנז'ער רב זי"ע האט געגעבן פארן הייליגער דרכי תשובה זי"ע אז ער וועט האבן "קינדער", און ווי דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע איז געווען בטוח אז זיין בת יחידה וועט זוכה זיין צו עטליכע קינדער ווייל נאר אזוי וועט מקויים ווערן דער ברכה אויף "קינדער" וואס איז א לשון רבים. דער רבי שליט"א האט אויך דערמאנט זיין שווער – הגה"צ רבי אהרן בערנשטיין זצ"ל ראש ישיבת חיי עולם, וועמענ'ס נאמען דער חתן טראגט, און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן אז עס זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט עד ביאת הגואל.

נאך די דברות קודש האט מען אויפגעטרויטן דער זיידע הגה"צ רב ודומ"ץ סאטמאר לעיקוואד שליט"א. דערנאך האט דער ציבור, בראשות די מחותנים און זיידע'ס, ארויסבאגלייט דעם מונקאטש'ער רבי'ן שליט"א בקול זמרה וצהלה.איז דער ציבור אדורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די רבי שליט"א, חתן, און מחותנים שליט"א. צווישן די חשובע רבהנים וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינ'ס ברידער כ''ק האדמו''ר מדינוב שליט''א אין מחותנו כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א.

אין די טעג זעצן זיך די וועד החתונה אראפ צום טיש אויסצופלאנירן אלע דאטאלן לקראת די גרויסע חתונה וועלכע איז געפלאנט אויף גאר א גרויסער פארנעם אויפן קומענדיגען ווינטער הבעל"ט.







留言


bottom of page