top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער מעמדי התעוררות ובקשת רחמים אין הדלקה רבתי בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג אין מירון

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

קרעדיט: דוד כהן


סאטמארער חסידים אין ארץ ישראל האבן נעכטן מיטגעהאלטן געהויבענער מאמענטן ביי די מעמדי התעוררות ובקשת רחמים אין די הדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אין שפיץ פון הגה''צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א.

נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה על פני רחבת תולדות אברהם יצחק אין מירון. מען האט געזינגען א לענגערע צייט ווארימע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי. נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל ביים רב שליט''א זוהן פון הרב אלעזר טייטלבוים פון לאנדאן, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען עטליכע חאלאקעס ביי די חסידים, אין נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד. מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה. דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק. דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער חסידים אחים לדעה טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי.

נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה פארן מנביג העדה דער סאטמאר רבי שליט''א 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'. נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה. דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות אין וומסב"ג.

פון מירון איז דער רב שליט''א ארויסגעפארן קיין טבריה ווי מען האט געדאווענט מעריב אין קידוש לבנה אין ביהמ''ד תולדות אהרן אין פון דארט איז ער ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין פארגעזעצט מיט די רייזע צום עיר הבירה לאנדאן.



bottom of page