דינסטאג פ' נצבים וילך - י"ט אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט היי יאר צום ערשטן מאל פארקומען באזונדערע מנינים אין אלע שטיבלעך ברחבי ארץ הקודש ביום ראש השנה, אנדערש ווי ביז היינט ווען אלע חסידים קליין און גרויס פלעגן קומען צו פארן צום רבי'ן אויף יום טוב.
דאס קומט נאכדעם וואס די דירות פרייזן אין גבעת זאב איז דראסטיש געשטיגן, דורכאויס די לעצטע פאר יאר, זינט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט אנגעהויבן פראווענען דעם יום טוב ראש השנה בעיר מושבו אין גבעת זאב, און די ארטיגע איינוואוינער נוצן אויס די געלעגנהייט, און שרויפן ארויף אומדערהערטע פרייזן ארויסצודינגען א דירה פאר ראש השנה.
אין די פארגאנגענע יארן האט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אוועקגעשטעלט א תקנה, מיט א פרייז וויפיל א דירה מעג פארדינגען ווערן, און מער פון דעם פרייז טאר מען נישט צאלן פאר קיין דירות, אבער וויבאלד די פראבלעם איז נישט געלעזט געווארן, האט דער רבי שליט"א אצינד געמאלדן די דראמאטישע הוראה, אז אין יעדע שטיבל ברחבי ארץ הקודש זאלן פארקומען געהעריגע מנינים אויף יום טוב ראש השנה, און נישט אלע חסידים זאלן קומען צום רבי'ן קיין גבעת זאב.
על פי הוראת הקודש וועט אין יעדע בית המדרש פארבלייבן כאטש צוויי מנינים, צוואנציג מתפללים, דער רב פון די בית המדרש, און איינער פון די גבאים, און אויב איז נישט פארהאן קיין צוואנציג מתפללים וואס ווילן בלייבן מרצונם הטוב, דאן זאל מען אפרעכטן א גורל צווישן אלע מתפללים, און די זוכים בגורל וועלן מוזן בלייבן אין שטאט אויף ראש השנה.
היינט נאכט וועלן ארויסגעצויגן ווערן די גורלות אין די שטיבלעך ברחבי ארץ הקודש, און די זוכים בגורל וועלן געשטעלט ווערן אויף א רייע תפקידים, דאווענען פארן עמוד, בעל תוקע און בעל מקריא און אזוי ווייטער.
Comments