דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
נעכטן מאנטאג נאכמיטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי המתיבתא, בהיכל ביהמ''ד ישמח משה אין קרית יואל.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, אין דערנאך ארומגערעדט איבער די התעלות וואס יעדער בחור דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג אין כ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט תורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה נישט צו גיין אויף קיין חתונות.
צום שלוס האט דער רבי אדרעסירט די שווערע מצב המלחמה אין ארה"ק און די סכנה אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך.
דער רבי האט באוויינט די הרוגים, און דערמאנט אז כאטש די ביהמ"ק איז חרוב געווארן דורך די חטאים, דאך איז דער נביא מקונן אויף די חללים, אפילו די וואס האבן חוטא געווען און דורך זיי איז געקומען די חורבן. ביים צווייטן וועלטס קריג זענען א גרויסע רוב פון די זעקס מיליאן אידן ליידער נישט געווען קיין שותו"מ, דאך זאגט מען ה' ינקום דמם פון אלע זעקס מיליאן.
עס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן 1,400 אידן, טאקע צווישן זיי אזעלכע וואס די תורה זאגט מחלליה מות יומת, אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה. דער אייבישטער איז זיך מצער בצרתן של ישראל, אפילו די וואס זענען מחויב מיתה, און אז הקב"ה איז זיך מצער דארף זיך יעדע איד מצער זיין.
דער רבי הא נאכגעברענגט א דרשה פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע ביים קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, ווייל ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
ביים זעקס טאגיגן קריג האט זיך די פעטער זייער מצער געווען אויף 'אלע' הרוגים, עס איז געווען דעמאלט א יום תפילה האט דער רבי געזאגט מ'דארף מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער נישט פאר די הצלחה פון די ציונים.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הריגות, זענען דא אידן וואס זיי טוט וויי עפעס אנדערש, די כחי ועוצם ידי, דאס וואס זיי האבן זיך פארלאזט אז די מיליטער איז שטארק, דאס האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און האט געהאט א געוואלדיגע השפלה פאר די גאנצע וועלט, און עס איז דא מענטשן וואס דאס טוט זיי מער וויי ווי די הרוגים, און די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ.
דער ראש הכופרים האט זיך אויפגעטון מיטן כחי ועוצם ידי, פון הימל האט מען אים געוויזן, און דאס פארדריסט זיי זייער שטארק, און אויף דעם איז מען זיך נוקם.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, שוין יארן לאנג וואס אידיש בלוט ווערט פארגאסן אין די מערכות אהין און צוריק, און עס הערשט א סכנה אז די מלחמה זאל זיך נאכמער צעפלאקערן מיט נאך מדינות, און דאס טוט אריין שלעפן גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט אין א סכנה.
מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים. פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו, במשך די יארן האבן זיי מעביר געווען על הדת טויזנטער אידן, דאס איז סאך ארגער ווי די רוצחי הגופים.
עס איז ליידער דא א מלכות המינות אינעם פלטרין של מלך וואס איז יעדן טאג מכעיס דער בוכ"ע מיט אלע עבירות שבתורה, כפירה בביאת המשיח, כפירה בכל התורה כולה. הקב"ה איז א כל יכול, דער אויבערשטער זאל מציל זיין כלל ישראל פון ביידע אנע שום היזק פאר אידישע קינדער.
די רבי האט מסיים געוועהן מיט א תפילה, שומר ישראל שמור שארית ישראל, א שמורה מעולה מכל צער ונזק, פאר תושבי ארץ הקודש, און פאר תושבי חו"ל, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין על עמו ונחלתו און אפהיטן אלע אידישע קינדער.
Comments