מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג ו' טבת איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווע זי"ע. נכדו כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם יארצייט טיש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה ויואל משה דסאטמאר אין סטעטן איילענד.
די בחורים אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א האבן זיך פארזאמלט אינעם עס זאל אינעם בנין הבית רחל אהל לאה אסתר אין קרית יואל וואו דער טיש איז געפראוועט געווארן, די רבי שליט"א איז ערשינען און זיך געוואשן צו די סעודה און מעריך געווען שלחנו הטהור.
ביי די יארצייט סעודה האט צוערשט אויפגעטרעטן דער ראש הישיבה מיט סיפורי צדיקים אין אינטערסאנטע סיפורים בנועם שיח. דאן האט די רבי שליט''א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און משמיע געווען לענגערע דברי הדכה פאר די בחורים און מיט פארשידענע סיפורים פועם בעל ההילולא זי"ע.
מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן דער ראש הישיבה. נאכן טיש איז דער ראש הישיבה אריבער אויף א באזוך צום סאטמארער רבי'ן וואו עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
Comments