top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טישן דורכאויס ירח האיתנים בחצר הקודש באיאן וועלן געפראוועט ווערן אין גיגאנטישע שאטער אויף מתחם שנלר

מיטוואך פ' נצבים וילך - כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


מטעם קהל הקודש באיאן איז געמאלדן געווארן אז די טישן דורכאויס די ירח האיתנים שנת תשפ"ד הבאים עלינו לטובה, וועט צום ערשטן מאל פארקומען אין די גיגאנטישע שאטער אויף מתחם שנעלער אין ירושלים עיר הקודש, סמוך ונראה צום ביהמ"ד הגדול דחסידי באיאן אויף רחוב מלכי ישראל אין ירושלים עיר הקודש.


אין די לעצטע צען יאר פלעגט מען אויפשטעלן א גרויסע שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול באיאן, וואו עס פלעגט פארקומען די טישן דורכאויס די ירח האיתנים, און אזוי אויך איז דארט געווען די סוכה הגדולה און אלע טישן דורכאויס די ימי חג הסוכות.


אצינד אבער נאך די בליה און וואוקס פונעם ציבור, און די שרעקליכע געדרענג אינעם ארטיגן שאטער, האט די הנהלת הקהילה אפגעדינגען די גרויסע שאטער אויף מתחם שנעלער, וואס געפונט זיך ממש נעבן די באיאנער קלויז, די שאטער וואו עס איז פארגעקומען די שבת עלי' לתורה לבן המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן, און די גרויסארטיגע קבלת פנים לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.


אינעם דאזיגן שאטער וועט אויך פארקומען די תפילות ימים הנוראים דורך כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אינאיינעם מיט הונדערטער חסידי לעלוב פון גאנץ ארץ ישראל, וואס קומען פראווענען דעם יום טוב ראש השנה אין ירושלים עיר הקודש ווי יאר יערליך, אין די יעצטיגע טעג קומען פאר מערערע אסיפות צווישן די עסקני קהילת באיאן און עסקני קהילת לעלוב, אויסצוארבעטן אלע פונקטליכע פרטים על צד היותר טוב.

Comments


bottom of page