דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
היינט צופרי פארן דאווענען אין טעלז סטאון האט כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א געצינדן ליט לרגל די יארצייט פון הרה''ח המפורסם רבי יוסף קארנפעלד זצ''ל בעל הייסורים - באקאנט אין בעלזא אלס רבי יוסעלע טארנער וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן היינט ט"ז תמוז.
נאכן דאווענען האט דער רב דערמאנט די יארצייט אין זיך אויסגעדריקט פאר די משמשים בקודש אז ווען ער וואלט געוועהן בכח וואלט ער געפארן צום ציון אויפן הר המנוחות.
אין אלע בעלזער צענטערן איבער די וועלט האט מען היינט געצינדן ליכט אין געלערנט משניות לעילוי נשמתו, אינעם ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא אין ירושלים האט מען זיך צוזאמגענימען צו א סדר לימוד נאכגעפלאגט מיט א גרויסער סעודת הילולא לזכרו הבהיר פון ר' יוסעלע זצ''ל.
חסידי בעלזא געדענקן גוט פארלאפענע יאר ט"ז תמוז אין טאג פונעם יארצייט, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אין א היסטארישע שריט אנגעקומען צום הר המנוחות מתפלל זיין על קברו, זאגענדיג אז מ'קען דארט פועל'ן ישועות, היי יאר איז דער רב טאקע נישט געווען בכח צו גיין פערזענליך צום ציון, אבער הונדערטער חסידים זענען געגאנגען מתפלל זיין לישועת הכלל והפרט, ולמען בריאותו השלימה פונעם בעלזא רב שליט"א.
אינעם בילד: האדמו"ר מבעלזא פאריאהר אויפן ציון פון ר' יאסעלע.
Comments