דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
פארגאנגענעם וואך האט כ''ק האדמו''ר מזוועהיל שליט''א פון אמעריקא אונטערגענימען א געהויבענער מסע קודש צו די מקומות הקדושים אין אייראפע מתפלל צו זיין ביי די קברי אבות לקראת די חתונה פון הכלה תחי' יונגסטער קינד ביים רבי'ן, אין א קורצע בליץ באזוך אין ארץ ישראל לרגל די יארצייט פונעם פעטער כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל זכר צדיק לברכה.
די רבי איז ארויסגעפארן דינסטיג נאכמיטאג פון ניו יארק אין באגלייטונג פון א גראפע חסידים, מיטוואך אינדערפרי האט מען געלאנדעט אין פעסט, אין לויף פונעם טאג האט מען מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים אין איהעל, קאליב,אין ליסקא. מען האט גענעכטיגט אין קערעסטיר אין צומארגנס דאנערשטיג נאך שחרית האט מען פוקד געוועהן דעם ציון הק' אין ממשיך געוועהן די נסיעה קיין אוקריינע צום שטאט בישטינא מקום מנוחתן פונעם הייליגן רבי ר' מרדכי'לע מנאדווערנע זי''ע צו וועם דער חתן - א זוהן פון הרה''צ רבי זלמן לייב ראזנבוים אב''ד קרעטשניף בראכפעלד - ציהט זיין ייחוס בן אחר בן, פון בישטינא איז מען געפארן קיין סיגעט אין קרעטשניף אין פון דארט צום לופטפעלד אין דעברעצין ווי מען האט זיך געהויבן אויפן וועג קיין ארץ ישראל.
מען איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל פרייטאג ערב שבת צופרי אין תיכף צוגעפארן צום עיה''ק צפת ווי די רבי האט געוויילט אויף שבת, די תפילות דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט אין די היסטארישע טשערנאבלער קלויז אין די סעודות אין טישן איז געפראוועט געווארן אין א דעלעבנדיגער זאל אין אלטשטאט צפת. מוצאי שבת איז די רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחי אין אתרא קדישא מירון, אין זינטאג פארמיטאג האט מען מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' פון די תנאים אין אמוראים אין די קברי הצדיקים אין שטאט טבריה.
נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען קיין ירושלים צום ציון הק' פונעם פעטער כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל זצוק''ל אויפן הר הזיתים בעצם יומא דהילולא, נאכן עלייה לציון איז די רבי אראפגעגאנגען צום רותל ווי מען האט געדאווענט מנחה.
אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא רבתי לרגל די יארצייט פונעם צאנז זוועהילער רבי'ן זצ''ל אין דער זוועהיל'ער ביהמ''ד לשמו ולזכרו 'אהל שלמה' אין די רמת שלמה געגענט אין ירושלים ווי די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש אין אויך מכבד געוועהן דעם שוועסטער קינד כ''ק האדמו''ר מזוועהיל שליט''א אויפצוטרעטן מיט ווערטער.
נעכטן מנאטיג נאכמיטאג האט זיך די רבי צוריק געקערט למעונו אין מאנסי אנגעפילט מיט ישועות ורפואות האבנדיג אויסגעבטן אלס גוט'ס.
Comments