top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עצרת הספד אין ירושלים ככלות השבעה לפטירתו פון הגה"צ אבד''ק טשאקאווא זצ"ל

זונטאג פ' ראה - י"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: איציק ו.


הונדערטער אידן תושבי עיה''ק ירושלים האבן זיך דעם מיטוואך צוזאמגענומען אויף א גרויסארטיגן עצרת הספד, ובראשם אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות שליט"א צו באוויינען און אפצוגעבן די כבוד התורה אויף די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל האט פארלוירן, דעם פארלאפענעם תשעה באב מיט די הסתלקות פון האי גאון וצדיק רבי זלמן הלברשטאם זצ''ל אב''ד טשאקאווא. די עצרת הספד איז פארגעקומען אין פשעווארסק'ער ביהמ''ד אין ירושלים, וואו עס זענען געהערט געווארן דברי הספד קינה ונהי פון להבדיל בן חיים לחיים ידידו ורעו כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א, הגה''צ רבי בערל ווייס גאב''ד קרית צאנז ירושלים, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער חבר בד''ץ העדה החרדית, גיסו הגה''צ רבי מתתיהו דייטש גאב''ד רמת שלמה, שאר בשרו הגה''צ רבי יעקב ישראל מייזליש אב''ד קרית באבוב, אין אחיו הגה''צ רבי יעקב דוד הלברשטאם אב''ד צאנז טשאקאווא.


אין אנדערע נייעס איז דעם מיטוואך פארגעקומען די מעמד הקמת המציבה על קברו פונעם טשאקאווא רב זצ''ל אויפן בית החיים אין קרית יואל במעמד פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים אין פילע ידידים אין קרובי משפחה.




























Comments


bottom of page