top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות צווישן פילצאליגע חסידים ותלמידים לרגל הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך פילצאליגע תלמידים וחסידים אפצוצייכענען די ערשטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל וואס געפאלט אויס היינטיגן שבת, י"ג מנחם אב, ווען דערביי וועט מען מעלה זיין זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער.


דער שינאווער רבי זצ"ל איז געווען אן איש צדיק תמים ביי וועמען פילע אידן האבן זיך חוסה געווען בצלו, און מען האט געשפירט פאר א זכי' אריינצוכאפן מקבל צו זיין מאמרי פיו פון וועמען עס האט זיך אלץ געגאסן פארצייטישע זכרונות, סיפורים ועבודות וואס ער האט פארציילט און איבערגעגעבן מיט אן אייגנארטיגן חן וואס איז געווען כמעט אין בדוגמתו. און אין די זעלבע צייט זיין עבודת הקודש וואס איז געווען מיט אש להבת שלהבת וואס האט מעורר געווען לבבות ישראל.


לרגל די הילולא וועט בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור אין שינאווער ביהמ"ד אין מאנסי, דער מקום קדוש וואס האט אזויפיל יארן נאכאנאנד קולט געווען דעם ריח של קדושה פון דער אלטער אמאל, פון די עבודה פונעם שינאווער רבי'ן זצ"ל. ביים טיש וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען צוזאמען מיט אחיו הרבנים הגה"צ שליט"א, וועט מען זינגן די זמירות, און מעלה זיין זכרונו הטהור פונעם בעל הילולא זצ"ל.


צומארגענס נאך די הילולא, זונטאג פרשת עקב, איז א גרויסער ציבור ערוואַַרטעט פוקד צו זיין מקום מנוחתו פונעם רבי'ן זצ"ל אויפ'ן ביה"ח דק"ק סאטמאר אין ניו דזשערזי, ביי וועלכן מ'וועט אויך שטעלן די מצבה על קברו פונעם רבי'ן זצ"ל. מ'וועט זאגן תהלים און ארומרעדן איבער דאס גרויסקייט פונעם שינאווער רבי'ן זצ"ל. נאכ'ן מעמד וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער סעודת הילולא וסיום הש"ס, ביי וועלכן מ'וועט ווייטער מעלה זיין זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער.


אצינד לרגל ההילולא ערשיינט אויך דער סעט ספרים "אמרי מנחם" ח"א וואס אנטהאלטן די געהויבענע שמועסן פונעם שינאווער רבי'ן זצ"ל, וואס דער רבי האט משמיע געווען במשך איין יאר, אפגעשריבן ארגינעל וויאזוי דער רבי האט דאס געזאגט מיט זיין אייגנארטיגן טעם און חן.



Komentarze


bottom of page