זונטאג פ' פנחס • ט"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי לוי
א שיינעם שבת איז פאריבער די וואך אין רמת וויז'ניץ חיפה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א וואו עס איז געוועהן צוגאסט אויף שבת חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האט נארוואס איבערגענימען די שבט ההנהגה למלאות מקום אביו אין שטאט בארא פארק.
אינעם סערט וויזניצער הויף איז דעם שבת געפראוועט געווארן א שבתא דריגלא לרגל די שבת פאר יומא דהילולא רבה פונעם אומפארגעסליכע רועה נאמן כ"ק אדמו"ר בעל 'חכמת אליעזר' מסערט וויז'ניץ זצוק"ל וואס געפאלט אויס דעם קומעדיגן ליל שישי כ' תמוז, הונדערטער חסידים און געסט זענען געקומען צופארן פון אלע שטעט מיטצוהאלטן דעם שבת, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט חסידי ואוהדי בית קאסוב וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטן שבת בצל רבם ומאורם אין ארץ ישראל.
דורכאויס גאנץ שבת האט די סערט וויזניצער רבי מכבד געווען חתנו כבנו די קאסובער רבי ביותרת הכבוד, ערב שבת נאך מנחה איז די רבי צוגעגאנגען און שלום גענימען פונעם איידעם די קאסובער רבי, דאן איז די גאנצע ציבור חסידים און געסט דורך ביי די אדמורי"ם וואונטשן א גוט שבת און שלום נעמען. ביי די טישן איז די רבי שליט"א געזעצט געווארן נעבן שווער, ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט די קאסובער רבי פארגעזינגען ותגלה ותראה חזן וקהל, און אויך געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
בצפרא דשבתא נאכן פארזאגן די ברכות האט די סערט וויזניצער רבי מכבד געווען דעם רבי'ן פארצוזאגן ברכות, און ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען די עליה פון שלישי, נאכן דאווענען ביים מיטאג טיש אינעם היכל הישיבה קטנה, האט די סערט וויז'ניצער רבי קידוש געמאכט און דערנאך מכבד געווען דעם איידעם קידוש צו מאכן, דורכאויס די סעודה האבן די אדמורי"ם שליט"א אסאך פארברענגט מיט גרויס הערצה. מוצאי שבת נאך הבדלה איז די גאנצע ציבור דורך ביי די אדמורי"ם וואונטשן א גוטע וואך, און די אדמורי"ם שליט"א האבן זיך געזעגענט ברוב ברכות.
Comments