top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערבוי פון ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק פראקלאמירט ביי אסיפה נחוצה פאררופן דורך האד' מטשערנאביל

דאנערשטאג פרשת שמיני • כ"ו ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם שבת ויום טוב שביעי של פסח איז אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, אויסגערופן געווארן א הכרזה בפקודת הקודש ובנוכחתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' ישראל יואל האלפרין שליט"א מרבני ק"ק טשערנאביל,  איבער א וויכטיגע אסיפה וואס דער רבי האט פאררופן  לכל קהלא קדישא חסידי טשערנאביל פון איבער גאנץ ארץ ישראל בלי יוצא מן הכלל, אויף היינטיגן דאנערשטאג שמיני ווי מען וועט זיך צונויפזאמלען אחים לדעה מטכס עצה צו זיין איבער דער עתיד פונעם ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.


די געפלאנטע אסיפה קומט לאור דעם וואס דער עקזיסטירנדער ביהמ"ד הגדול דחסידי טשערנאביל, איז ליידער שטארק נאכגעלאזט, און די רבי שליט"א האט לאנג אויסגעדרוקט מורת רוחו איבערן יעצטיגן אויסזעהן פונעם ביהמ"ד, וואס איז נישט קיין כבוד פאר א בית מקדש מעט. דער רבי האט באטאנט די נחיצות הענין צו רענעווירן די יעצטיגע ביהמ"ד ווי עס פאסט לכבוד בית ה', און אין די זעלבע צייט צו פארדינען נאך פלאץ צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור מיט הרחבת הדעת.


דאס קומט נאכדעם וואס די ארגינעלע פלענער אויפצובויען א בנין אדיר אלס נייער ביהמ"ד הגדול, איז לעת עתה נישט אקטועל, און די עסקנים האבן יעצט נישט קיין מעגליכקייט אויסצופירן די פלענער מן הכח אל הפועל, האט מען בעצת כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פאררופן די אסיפה ווי מען וועט דן זיין איבער א צייטווייליגער פלאן צו פארשנערן און פארגרעסרן די ביז יעצטיגן ביהמ"ד, אויף ווילאנג עס וועט אנקומען די ריכטיגע מינוט צו קענען אויפבויען א נייעם ביהמ"ד הגדול לשם ולתפארת. 

bottom of page