דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
א רירנדע שמחת הברית איז פארגעקומען דעם מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים פונעם רך הנולד זון פון האברך החשוב ר' ישראל ארי' זעלקאוויטש ע"ה וועלכע איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו מיט א האלבע יאהר צוריק איבערלאזנדיג א אלמנה און א קליין יתום אין שטוב, און פארלאפענעם וואך איז ביי איהם געבוירן געווארן א צווילינג, א יונגל און מיידל למזל טוב.
אין א זעלטענעם ערשיינונג האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געזאגט די ברכה פון להכניסו בבריתו של אברהם אבינו, און אריינגעברענגט דעם רך הנימול תחת כנפי השכינה. די ברית איז פארגעקומען אין די מיטאג שעה'ן אין היכל בית המדרש הגדול ווי הונדערטער חסידים האבן זיך פארזאלמט מיטצוהאלטן די התרגשותדיגע מאמענט, די רבי שליט"א האט געדינט אלס מוהל און סנדק. קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן, ווען די רבי האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן געזאגט די ברכה פון להכניסו בבריתו של אברהם אבינו.
דערנאך האט די רבי שליט"א געזאגט די ברכות און קריאת השם, ובקול חינוק דמעות א נאמען געגעבן דאס קינד יעקב ישראל ארי' נאך זיין אומפארגעסליכן פאטער ז"ל, מיטן אויספיר 'ישמח האב בגן עדן ביוצאי חלציו' וואס האט דורכגעריסן די הערצער פון אלע פארזאמלטע, נאכן ברית האט די רבי געזאגט די קדיש יתום, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען מדברות קדשו, ארויסגייענדיג האט די רבי געוואונטשן מזל טוב פארן אם הבן די אלמנה און פאר די בני המשפחה.
Comments